רוף פֿאַר פֿרײַער ייִדישער פֿאָרשול

Call for Free Jewish Preschool

די קינדערלעך אין אַ פֿאָרשול אין פּאָרטלאַנד, אָרעגאָן, Foundation School, פּראַווען חנוכּה
Courtesy of Foundation School
די קינדערלעך אין אַ פֿאָרשול אין פּאָרטלאַנד, אָרעגאָן, Foundation School, פּראַווען חנוכּה

פֿון ייִט״אַ

Published October 27, 2013, issue of November 22, 2013.

ניו־יאָרק. — די פֿירער פֿון די ייִדישע פֿעדעראַציעס פֿון צפֿון־אַמעריקע זאָגן, אַז יעדע ייִדישע משפּחה אין אַמעריקע וואָלט געדאַרפֿט קאָנען פֿאַרשרײַבן זייערע קינדער אין אַ ייִדישער פֿאָרשול — אַן אַנשטאַלט פֿאַר קינדער צווישן 2 און 5 יאָר — פֿרײַ פֿון אָפּצאָל.

אין אַ מיינונג־אַרטיקל אָפּגעדרוקט אין Huffington Post און אין Forward, האָט דער שעף פֿון די ייִדישע פֿעדעראַציעס, דזשערי סילווערמאַן, און דער פֿאָרזיצער פֿון דער פֿאַרוואַלטונג, מײַקל סיגל, דערקלערט, אַז אַ פֿרײַע ייִדישע פֿאָרשול וואָלט „ממשותדיק פֿאַרשטאַרקט אַן עפֿעקטיוון מיטל אַרײַנצוציִען די אָפּגעפֿרעמדטע ייִדישע משפּחות אין זייערע אָרטיקע ייִדישע קהילות‟.

סילווערמאַן און סיגל האָבן אויך פֿאָרגעלייגט עטלעכע אַנדערע אײַנפֿאַלן: פֿאַרדרײַפֿאַכן דעם פּראָצענט ייִדישע קינדער, וואָס באַטייליקן זיך אין ייִדישע זומער־לאַגערן — ביז 30%; בעסער נאָכפֿאָלגן די יונגע לײַט, וועלכע האָבן זיך באַטייליקט אין די „געבורטרעכט‟־נסיעות קיין ישׂראל, און אינוועסטירן מער געלט און רעסורסן אין ייִדישע פּראָגראַמען אין די שטעט, וווּ עס וווינען אַ סך ייִדן, אָבער וווּ דער אינטערעס זיך אָנצוקניפּן מיט דער קהילה איז נידעריק, ווי, למשל, דענווער, סאַן־דיעגאָ און פֿיניקס.

אויף דער פֿראַגע, ווי אַזוי פּינקטלעך האָפֿט ער אײַנצופֿירן אַ פֿרײַע ייִדישע טאָגשול פֿאַר יעדער ייִדישער משפּחה, האָט סילווערמאַן געענטפֿערט: „דאָס איז איינער פֿון פֿיר געדאַנקען, וואָס מיר ווילן אַרומרעדן, כּדי צו באַשטימען, וועלכער פֿון זיי זענען שׂכלדיק און וואָלטן געבראַכט די בעסטע רעזולטאַטן.‟

די ייִדישע פֿעדעראַציעס האָבן לעצטנס געביטן דעם סדר־היום פֿון דער קומענדיקער פֿאַרזאַמלונג אין ירושלים, כּדי צו דערמעגלעכן אַן אינטענסיווע דיסקוסיע וועגן די נעגאַטיווע טענדענצן אינעם אַמעריקאַנער ייִדישן לעבן, ווי ס׳האָט אַרויסגעוויזן די „פּיו־שטודיע‟. לויט דער אַנקעטע, אַסימילירן זיך די אַמעריקאַנער ייִדן אַ סך גיכער ווי מע האָט ביז איצט געמיינט.

וואָס שייך „געבורטרעכט‟, האָבן די מחברים פֿונעם אַרטיקל געשריבן, אַז די „געבורטרעכט‟־אָרגאַניזירער וואָלטן געדאַרפֿט איבערגעבן די פֿעדעראַציעס די קאָנטאַקט־אינפֿאָרמאַציע פֿון די געוועזענע באַטייליקטע, כּדי מע זאָל די יונגע־לײַט לאָזן וויסן וועגן די ייִדישע געשעענישן, וואָס קומען פֿאָר אין זייער שטאָט.

זיי האָבן אויך פֿאָרגעלייגט, אַז מע זאָל פֿאַרבעסערן די קוואַליטעט פֿון די ייִדישע זומער־לאַגערן, כּדי משפּחות זאָלן זײַן מער גענייגט צו שיקן די קינדער אַהין.

„די געדאַנקען זענען נישט קיין פֿעסטע; מיר זענען נײַגעריק צו הערן, וואָס מע טראַכט וועגן זיי,‟ האָט סילווערמאַן געזאָגט דער ייִט״אַ. „לאָמיר עס לייגן אויפֿן טיש און אָנהייבן אַ דיאַלאָג.‟