פֿאַלשער פּראָפֿעסאָר אַרעסטירט

Fake Israeli Professor Arrested

„לאַזאַרסקי־אוניווערסיטעט‟ אין וואַרשע, איינער פֿון די ערטער וווּ מאַריוש ק. האָט געלערנט די קורסן
„לאַזאַרסקי־אוניווערסיטעט‟ אין וואַרשע, איינער פֿון די ערטער וווּ מאַריוש ק. האָט געלערנט די קורסן

פֿון ייִט״אַ

Published October 27, 2013, issue of November 22, 2013.

אַ 46־יאָריקער מאַן, וועלכער האָט זיך פֿאַרשטעלט פֿאַר אַ ישׂראלדיקן פּראָפֿעסאָר, איז אַרעסטירט געוואָרן פֿאַר האָבן אָפּגענאַרט דרײַ פּוילישע קאָלעדזשן אין יאָר 2010, גיט איבער די פּוילישע מעדיאַ.

לויט די באַריכטן, איז דער מענטש, אידענטיפֿיצירט ווי מאַריוש ק., אַרעסטירט געוואָרן אין קראָקע, וווּ ער האָט זיך, אַ פּנים, אויסבאַהאַלטן, נאָך דעם ווי דער ענין איז באַקאַנט געוואָרן.

די נײַעס־זײַט „זשעטשפּאָספּאָליטאַ‟ האָט איבערגעגעבן, אַז מאַריוש ק. האָט געניצט אַ פֿאַלש ישׂראלדיק אידענטיפֿיציר־קאַרטל און פֿאַרשידענע אַנדערע פֿאַלשע דאָקומענטן, וואָס באַשטעטיקן זײַנע אַקאַדעמישע קוואַליפֿיקאַציעס, כּדי צו ווערן אָנגעשטעלט ווי אַ לערער אין די אוניווערסיטעטן.

לויטן באַריכט, האָט ער געלערנט קורסן אין דער „העכערער שול פֿון געשעפֿט און סאָציאַלער וויסנשאַפֿט‟ אין אָטוואָצק; אין „וואַזאַרסקי־אוניווערסיטעט‟ אין וואַרשע, און אינעם „אוניווערסיטעט פֿון נאַטירלעכער וויסנשאַפֿט און הומאַניסטיק‟ אין שעדוויצע. עטלעכע הונדערט סטודענטן, וועלכע האָבן זיך בײַ אים געלערנט, וועלן איצט מוזן איבערמאַכן די עקזאַמענס.

ס׳איז נישט באַקאַנט פֿאַר וואָס מאַריוש ק. האָט דורכגעפֿירט דעם פֿאַרדעכטיקטן שווינדל, אָבער לויט די באַריכטן, האָבן די שולן אים באַצאָלט, בסך־הכּל, $40,000.

בשעת זײַן באַהאַלטן זיך אין קראָקע, האָט ער פֿאַרלאָזט אַ לאַנגע באָרד, זיך פֿאַרשטעלט פֿאַר אַ חסיד און זיך פֿאַרשריבן אין דער פּראָגראַם פֿון ייִדישע שטודיעס אין „יאַגיעלאָנישן אוניווערסיטעט‟.

עטלעכע נײַעס־זײַטן האָבן געדרוקט די פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון אַ מאַן מיט אַ באָרד און אַ יאַרמלקע, און דאָס פּנים פֿאַרדעקט, ווי ער ווערט באַגלייט פֿון דער פּאָליציי אינעם ביוראָ פֿון דער פּראָקוראַטור.

„זשעטשפּאָספּאָליטאַ‟ האָט אויך געשטעלט אַ ווידעאָ, ווײַזנדיק ווי דער מאַן, מיט געקייטלטע הענט, ווערט פֿאַרשלאָסן אין תּפֿיסה־קאַמער.