ייִדן אַטאַקירט אין סידני

Jews Attacked in Sydney

איינער פֿון די געליטענע ווערט געבראַכט אין שפּיטאָל
Youtube
איינער פֿון די געליטענע ווערט געבראַכט אין שפּיטאָל

פֿון ייִט״אַ

Published October 29, 2013, issue of November 22, 2013.

פֿינף ייִדן זענען געבראַכט געוואָרן אין שפּיטאָל נאָך אַן אָנפֿאַל אויף דער גאַס, וועלכן אַ קאַנאַדישער ייִדישער פֿירער האָט באַשריבן ווי דעם ערגסטן אַנטיסעמיטישן אינצידענט אין סידני, אויסטראַליע. די געליטענע זענען געגאַנגען אַהיים דעם 25סטן אָקטאָבער פֿרײַטיק שפּעט בײַנאַכט, נאָך דער שבתדיקער סעודה, אין דער סידניער פֿאָרשטאָט באָנדי. אַכט מענער, על־פּי־רבֿ יונגע, דערזעענדיק די ייִדן אין יאַרמלקעס, האָבן זיי אָנגעהויבן שלאָגן און אויסשרײַען אַנטיסעמיטישע באַליידיקונגען. אַ טייל פֿונעם געשלעג איז רעקאָרדירט געוואָרן אויף אַ ווידעאָ־קאַמערע.

די וועכטער פֿון אַן אָרטיקן נאַכט־קלוב זענען געקומען צו הילף פֿאַר דער פּאָליציי, און האָבן אַרעסטירט צוויי 17־יאָריקע און איין 23־יאָריקן אָנפֿאַלער. די אַנדערע זענען אַנטלאָפֿן. די צוויי ייִנגערע שלעגער זענען באַשולדיקט געוואָרן און וועלן מוזן קומען דעם קומענדיקן זונטיק אין געריכט; דעם 23־יאָריקן אַרעסטירטן וועט מען מישפּטן דעם 3טן דעצעמבער.

ס׳רובֿ געליטענע, פֿיר מענער און אַ פֿרוי, זענען געקומען פֿון ישׂראל. פֿיר פֿון זיי זענען קרובֿים פֿון דער משפּחה בהר. אַ וואָרטזאָגער פֿון דער פּאָליציי האָט איבערגעגעבן, אַז אַ טייל פֿון די געליטענע האָבן באַקומען אַ קאָנטוזיע. די פֿיר ייִדישע מענער, פֿון 27 ביז 66 יאָר, האָבן געטראָגן אַ יאַרמלקע; דרײַ פֿון זיי האָבן געדינט אינעם צה״ל.

דער 66־יאָריקער אלי בהר האָט געליטן פֿון אַ בלוט־אויסגוס אינעם מוח. די דאָקטוירים זאָגן אָבער, אַז זײַן וווּנד איז נישט אַזוי געפֿערלעך און וועט אינגאַנצן אויסגעהיילט ווערן. זאבֿ אַראָנסטאַם, אַ מיזחדיקער ייִד פֿון גוש־עציון, האָט נישט געוואָלט רעדן וועגן דעם אינצידענט און פּשוט געמאָלדן, אַז „זיי גלייבן אין גאָט‟. דער איינציקער געליטענער, וואָס איז נישט קיין קרובֿ פֿון דער משפּחה בהר, איז שלמה בן־חיים, אַ בילדונג־באַאַמטער פֿונעם ישׂראלדיקן נאַציאָנאַלן פֿאָנד, „קרן קיימת‟, וועלכער האָט געדינט אין אַן אויסשפּיר־טייל פֿונעם צה״ל.

יאיר מילער, דער פּרעזידענט פֿונעם „ייִדישן פֿאָרשטייער־ראַט פֿונעם נײַ־דרומדיקן וויילס‟, האָט גערופֿן אָנצונעמען מער עפֿעקטיווע געזעצן קעגן ראַסיסטישע גוואַלד־פֿאַרברעכנס און באַמערקט, אַז אַזאַ געפֿערלעכער אַנטיסעמיטישער אָנפֿאַל איז נישט געווען אין סידני במשך פֿון אַ סך יאָר.