900,000 דאָלאַר קאָמפּענסאַציע

$900,000 Award After Years of Harassment

דער רעסטאָראַן, וווּ אָדם וויערטשינסקי האָט געאַרבעט
דער רעסטאָראַן, וווּ אָדם וויערטשינסקי האָט געאַרבעט

פֿון ייִט״אַ

Published October 30, 2013, issue of November 22, 2013.

דעם 24סטן אָקטאָבער, האָט דאָס פֿעדעראַל־געריכט אין ברוקלין באַשלאָסן, אַז די פֿאַרוואַלטער פֿון ניו־יאָרקער רעסטאָראַן, וועלכע האָבן דערנידעריקט אַ ייִדישן מיטאַרבעטער במשך פֿון 16 יאָר מיט אַנטיסעמיטישע מעשׂים, מוזן אים אויסצאָלן 900,000 דאָלאַר קאָמפּענסאַציע. די צײַטונג „ניו־יאָרק פּאָסט‟ האָט איבערגעגעבן, אַז די אײַנגעשוווירענע האָבן אָנגענומען דעם דאָזיקן באַשלוס לטובֿת דעם רעסטאָראַן־מיטאַרבעטער אָדם וויערטשינסקי נאָך אַ פֿיר־שעהיִקן מישפּט.

איין פֿאַרוואַלטער פֿונעם מאַנהעטענער רעסטאָראַן „Mangia 57‟ פֿלעגט קאַליע געמאַכט די לופֿט, שטייענדיק לעבן וויערטשינסקי, און זאָגן אים, אין אַ שפּאַס, אַז דאָס איז „ציקלאָן בע‟ — דער טויטלעכער גאַז, מיט וועלכן די נאַציס האָבן אויסגעהרגעט די ייִדן אין די גאַז־קאַמערן בעת דעם חורבן. די פֿאַרוואַלטער האָבן אים אויך גערופֿן „אַ שמוציקער ייִד‟ און פֿלעגן אים באַוואַרפֿן מיט איין־צענטיקע מטבעות, באַעוולענדיק אים מיט אַנטיסעמיטישע פֿראַזעס. אַחוץ דעם, פֿלעגן זיי כּסדר אָפּנעמען בײַ אים זײַן „טרינקגעלט‟ („טיפּס‟).

אין זײַן אינטערוויו, האָט וויערטשינסקי דערציילט דער צײַטונג „ניו־יאָרק פּאָסט‟, אַז די נאַציס האָבן פֿאַרטיליקט אַ סך פֿון זײַנע קרובֿים. צוליב דעם, וואָס די אײַנגעשוווירענע זענען געווען יונגע־לײַט, וועלכע האָבן ווייניק געוווּסט וועגן דעם חורבן, האָט ער געמוזט זיי דערקלערן די טרויעריק־באַרימטע פֿונקציע פֿון „ציקלאָן בע‟. ווען ער האָט דערציילט, ווי אַזוי דער דאָזיקער גאַז האָט געדינט ווי אַ מיטל אויסצוהרגענען די ייִדן, איז אינעם געריכט־זאַל געשטאַנען אַ טויטע שטילקייט.

וויערטשינסקי האָט במשך פֿון אַ סך יאָר צוגעשטעלט דאָס עסן די קליִענטן פֿונעם רעסטאָראַן. זײַן אַדוואָקאַט, מעטיו בליט, האָט דערקלערט, אַז דער אַרבעטער האָט נישט פֿאַרלאָזן דאָס דערנידעריקנדיקע אָרט במשך פֿון אַזאַ לאַנגער צײַט, ווײַל ער האָט געפֿילט, אַז ער איז שוין צו אַלט צו געפֿינען אַן אַנדער אַרבעט.