סי־גייט געבליבן אַ חורבֿה

Brooklyn's Sea Gate Still a Wreck

פּיני דעמביצער שפּאַצירט בײַם ברעג פֿונעם אַטלאַנטישן אָקעאַן, אין סי־גייט
Martyna Starosta
פּיני דעמביצער שפּאַצירט בײַם ברעג פֿונעם אַטלאַנטישן אָקעאַן, אין סי־גייט

פֿון דזשאָש נייטאַן־קייזיס (Forward)

Published October 30, 2013, issue of November 22, 2013.

אַ יאָר נאָך דעם ווי די ריזיקע כוואַליעס פֿון „הוראַגאַן סענדי‟ האָבן פֿאַרדעקט די ייִדישע געגנט סי־גייט, האָט מען נאָך אַלץ נישט איבערגעבויט די ים־ווענט, וואָס זענען צעשטערט געוואָרן אינעם שטורעם — אַ פֿאַקט וואָס רופֿט אַרויס אַ סך זאָרג בײַ ר׳ פּיני דעמביצער, אַ כּלל־טוער אין דער חסידישער קהילה און אַ געוועזענער פּרעזידענט פֿון דער געגנט־אַסאָציאַציע.

„קיין טאָג גייט נישט פֿאַרבײַ וואָס מיר זאָרגן זיך נישט וועגן דעם,‟ האָט דעמביצער געזאָגט. „אויב דאָס וואַסער וועט העכער ווערן, וועט עס גלײַך אַרײַנפֿליסן אין סי־גייט.‟

צום טייל, איז סי־גייט אַליין שולדיק אין דעם. אַרומגערינגלט מיט וואַסער פֿון דרײַ זײַטן, ליגט די געגנט אין פּריוואַטע הענט. אין די 1990ער איז די פֿעדעראַלע רעגירונג געווען גרייט צו באַשטימען פֿאָנדן פֿאַר שטורעם־באַשיצונג, אויב די אייגנטימער וואָלטן מסכּים געווען צו עפֿענען זייער פּלאַזשע פֿאַרן פּובליקום. סי־גייט האָט באַשלאָסן צו בלײַבן פּריוואַט.

אַ צענטל פֿון דער באַפֿעלקערונג אין סי־גייט באַשטייט פֿון פֿרומע ייִדן. אַ טאַטויִרטער מאַן אָן אַ העמד, קוקנדיק אויף דער פּלאַזשע פֿון זײַן וועראַנדע, האָט געזאָגט, אַז ווען אַ דירה אין זײַן הויז איז לעצטנס פֿרײַ געוואָרן, זענען כּמעט בלויז פֿרומע ייִדן געקומען זיך נאָכפֿרעגן עס צו דינגען.

ווען דעמביצער האָט אין 1980, גלײַך נאָך דער חתונה, זיך אַרײַנגעצויגן אין סי־גייט, האָבן דאָרט געוווינט בלויז הונדערט חרדישע משפּחות. הײַנט וווינען דאָרט 300 אַזוינע משפּחות, און עס געפֿינען זיך זיבן שילן. דעמביצער איז אַ מיטגליד פֿון די באָבעווער חסידים אין באָראָ־פּאַרק, פֿאַרמאָגט דאָרט אַ געשעפֿט, אָבער פֿאַרברענגט אַ סך פֿון זײַן צײַט בײַ די געשעפֿט־ענינים אין סי־גייט.

די „סי־גייט אַסאָסיאַציע‟ זאַמלט מיטגלידערשאַפֿט־געלט פֿון די אײַנוווינער, כּדי צו דעקן די הוצאָות פֿון פּריוואַטע פּאָליציי־כּוחות. עס וווינען דאָ אויך רוסישע ייִדן און עלטערע נישט־ייִדן, אָבער צום גרעסטן טייל איז די געגנט אונטער דער שליטה פֿון די חסידים.

אין אָקטאָבער 2012, ווען די שטאָט האָט באַפֿוילן די אײַנוווינער פֿון סי־גייט זיך עוואַקויִרן, זענען אַ העלפֿט פֿון זיי געבליבן אין די הײַזער. זיי וועלן שוין מער נישט מאַכן אַזאַ טעות. „בערך אַכט אַ זייגער אין אָוונט, האָט דאָס וואַסער אָנגעהויבן אַרײַנדרינגען אין אונדזער ייִשובֿ,‟ האָט דעמביצער דערציילט. „כ׳בין געשטאַנען אין דרויסן און פּלוצלינג האָבן מיר דערזען ווי עס קומען אָן ריזיקע כוואַליעס. ממש אין איין רגע זענען מיר פֿאַרפֿלייצט געוואָרן אויף פֿינף פֿוס וואַסער.‟

איין חסיד האָט געמוזט אַרויפֿקריכן אויף אַ משׂא־אויטאָ און איז דאָרט שטעקן געבליבן פֿינף שעה לאַנג. „דאָס וואַסער האָט נישט אויפֿגעהערט אָנצוקומען, און די הײַזער זענען זיך צעפֿאַלן,‟ האָט דעמביצער געזאָגט.

די רעזולטאַטן זענען געווען שרעקלעכע: טראָטואַרן זענען נעלם געוואָרן. שטיקער הײַזער און מעבל האָבן זיך געוואַלגערט אויף די גאַסן. אַלע אויטאָס זענען צעשטערט געוואָרן, און די אָפּגאַנג־קאַנאַלן זענען עד־היום, אַ יאָר שפּעטער, פֿול מיט זאַמד.

אויף דער פֿראַגע, צי ער וואָלט הײַנט געשטיצט אַ פּלאַן צו עפֿענען די פּלאַזשע פֿאַרן פּובליקום, כּדי צו קריגן רעגירונג־פֿאָנדן, האָט דעמביצער נישט געענטפֿערט. אָבער באַרבאַראַ גאַראָפֿאַלאָ, וועלכע וווינט איר גאַנץ לעבן אין סי־גייט און דינט אויף דער פֿאַרוואַלטונג פֿון דער אַסאָציאַציע, האָט זיך נישט געקווענקלט.

„מיר זענען תּמיד געווען אַ פּריוואַטער ייִשובֿ, און וועלן בלײַבן אַ פּריוואַטער ייִשובֿ,‟ האָט זי געזאָגט.