סעפּאַראַטיזם אין בית־שמש?

Separate in Beit Shemesh?

אַ קריגערײַ צווישן חרדים און וועלטלעכע תּושבֿים פֿון בית־שמש
Getty Images
אַ קריגערײַ צווישן חרדים און וועלטלעכע תּושבֿים פֿון בית־שמש

פֿון נתן דזשעפֿיי (Forward)

Published October 30, 2013, issue of November 22, 2013.

בעת די אַנומלטיקע אָרטיקע וואַלן אין ישׂראל, האָבן די צוויי היפּוכדיקע קאַנדידאַטן געפֿירט אַ באַזונדערס שאַרפֿן קאַמף אין בית־שמש, אַ שטאָט לעבן ירושלים, וווּ עס גייט כּסדר אָן אַ טיפֿע קריגערײַ צווישן דער חרדישער און דער איבעריקער באַפֿעלקערונג. מיט צוויי יאָר צוריק, האָט די מעדיאַ פֿאַרשפּרייט אַרום דער וועלט די מעשׂה מיט אַן אַכט־יאָריק מיידל, וואָס די חרדישע קנאָים האָבן אויף איר געשפּיגן, אויפֿן וועג אין שול אַרײַן. נאָך דער דאָזיקער מעשׂה, איז בית־שמש געוואָרן אַ סימבאָל פֿון רעליגיעזע מחלוקתן אינעם לאַנד.

די שטיצער פֿונעם נײַ־אויסגעקליבענעם ראָש־העיר, משה אַבוטבול, האָבן אויסגענוצט אַ פֿאַרגלײַך מיטן חורבן אין זייער קאַמף קעגן דעם קאָנקורענט אלי כּהן, וועלכן זיי האָבן רעפּרעזענטירט ווי אַ טויט־שׂונא פֿון ייִדישקייט. כּהנס שטיצער זענען געווען שטאַרק אומצופֿרידן, ווען דער אַבוטבול, אַ מיטגליד פֿון דער פֿרום־ספֿרדישער פּאַרטיי „ש״ס‟, האָט געוווּנען.

די פֿאַרגאַנגענע וואָך, האָט די ישׂראלדיקע טעלעוויזיע דערציילט וועגן דעם רעגירונג־פּלאַן צו צעטיילן די שטאָט אויף צווייען. די נײַע ראַיאָנען, וווּ עס וווינט, על־פּי־רובֿ, דער חרדישער עולם, האָט מען פֿאָרגעלייגט אָפּצוטיילן פֿון די עלטערע קוואַרטאַלן, וווּ עס וווינער ווייניקער פֿרומע ייִדן. לויט דעם פּלאַן, וואָס ווערט געשטיצט דורך די נישט־חרדישע תּושבֿים פֿון דער שטאָט, וואָלט מען געשאַפֿן צוויי באַזונדערע מוניציפּאַליטעטן, אָנגעפֿירט דורך צוויי באַזונדערע מעיאָרס.

אין פֿינף יאָר אַרום, אויב דער דאָזיקער געדאַנק ווערט פֿאַרווירקלעכט ווערן, וועט אַזאַ שאַרפֿע וואַלן־קריגערײַ נישט געשען, ווײַל די שטיצער פֿון די היפּוכדיקע קאַנדידאַטן וועלן זײַן פֿיזיש אָפּגעטיילט. פֿון איין זײַט, קאָן מען פֿאַרשטיין אַזאַ פּראָיעקט. די באַפֿעלקערונג פֿון דער שטאָט איז צו טיף צעשפּאָלטן און צווישן זייערע אינטערעסן קאָן מען נישט דערגרייכן אַ פּשרה. פֿונדעסטוועגן, קאָן מען אויך זאָגן, אַז אַזאַ געדאַנק קומט אין סתּירה מיט די דעמאָקראַטישע פּרינציפּן.

געוויינטלעך, זענען אַזעלכע צעטיילונג־פּלענער צווייפֿלהאַפֿטיק. עס באַקומט זיך, אַז כּדי צו באַגרענעצן דעם כּוח פֿון די חרדים, מעג מען צעשפּליטערן די שטאָט אויף אַן אומדעמאָקראַטישן אופֿן. צי זאָל מען אויך צעשנײַדן אויף צווייען די שטעט, וווּ די באַציִונגען צווישן די אַשכּנזישע און ספֿרדישע תּושבֿים זענען אָנגעשטרענגט? אָדער, לאָמיר זיך פֿאָרשטעלן אַ שטאָט, וווּ די עטיאָפּישע ייִדן האָבן זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ מעכטיקער קהילה און האָבן אייגענע אינטערעסן, וואָס פֿאַר דער איבעריקער באַפֿעלקערונג זעען זיי אויס פֿרעמד. איז וואָס זשע, דאַרפֿן מען זיי אויך אָפּטיילן אין אַ באַזונדערער שטאָט? ווי ווײַט קאָן דערגיין אַזאַ סעפּאַראַטיסטישער פּראָצעס?