ישׂראל בײַט חתונה־געזעץ

Israel Changes Jewish Marriage Law

יוליאַ תּגיל און איר חתן, סטאַס גראַנין, באַטייליקן זיך אין אַן אַלטערנאַטיווער חתונה־צערעמאָניע אויף אַן עפֿנטלעכן פּלאַץ אין תּל־אָבֿיבֿ, ווי אַ פּראָטעסט קעגן דער אָרטאָדאָקסישער שליטה איבער חתונות
Getty Images
יוליאַ תּגיל און איר חתן, סטאַס גראַנין, באַטייליקן זיך אין אַן אַלטערנאַטיווער חתונה־צערעמאָניע אויף אַן עפֿנטלעכן פּלאַץ אין תּל־אָבֿיבֿ, ווי אַ פּראָטעסט קעגן דער אָרטאָדאָקסישער שליטה איבער חתונות

פֿון נתן דזשעפֿיי (Forward)

Published November 01, 2013, issue of November 22, 2013.

תּל־אָבֿיבֿ. — דעם 28סטן אָקטאָבער האָט די כּנסת, דורך אַ היסטאָרישער אָפּשטימונג, דערמעגלעכט די ייִדישע פּאָרלעך אין ישׂראל צו טאָן וואָס זייערע אַמעריקאַנער שוועסטער און ברידער טוען שוין פֿון לאַנג: אויסקלײַבן זייער אייגענעם רבֿ דורכצופֿירן די חתונה. ביז איצט האָבן זיי געמוזט נעמען נאָר דעם רבֿ, וואָס האָט דעם רשות איבער זייער געגנט.

„דאָס איז אַ נצחון פֿאַר דער צוקונפֿט פֿון מדינת־ישׂראל און דעם ייִדישן פֿאָלק,‟ האָט דערקלערט הרבֿ דוד סתּו, דער פּרעזידענט פֿון דער מאָדערן־אָרטאָדאָקסישער אַליאַנץ „צוהר‟, וועלכע האָט געקעמפֿט לטובֿת דער רעפֿאָרם.

הגם דער ראַבינאַט פֿון יעדן ראַיאָן אין ישׂראל ווערט פֿינאַנצירט דורך דער רעגירונג, זענען די רבנים אַליין גאַנץ פֿאַרשידנאַרטיק, וואָס שייך זייער צוגאַנג צו גרים און עולים. ס׳רובֿ פֿונקציאָנירן אונטער דער שליטה פֿון די שטרענגע חרדישע רבנים, וועלכע זאָגן זיך אָפּ חתונה צו מאַכן אַ סך פּאָרלעך, אָבער די אַנדערע זענען רעלאַטיוו ליבעראַל.

ביז איצט האָבן די האַרט־ליניקע רבנים אָפֿט מאָל אָפּגעוואָרפֿן די אַפּליקאַציעס פֿון ישׂראלדיקע גרים, ווײַל זיי האַלטן, אַז דער ישׂראלדיקער גיור־פּראָצעס איז צו ליבעראַל. אַמאָל הייסן זיי די אַפּליקאַנטן, וועלכע זענען געבוירן געוואָרן ווי ייִדן, צו ברענגען גענעאָלאָגישע באַווײַזן, אַז זיי זענען ייִדן. די חרדישע רבנים זענען אויך חושד יענע בריוו, וואָס די אַמעריקאַנער גרים ברענגען פֿון זייערע אייגענע רבנים אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. במשך פֿון די לעצטע חדשים האָבן געוויסע ראַבינאַטן אַפֿילו אָפּגעוואָרפֿן די באַשטעקיקונג־בריוו פֿון די אָרטאָדאָקסישע רבנים, ווי דער פּראָמינענטער פֿירער אַבֿי ווײַס, פֿון ניו־יאָרק.

אין איינעם פֿון די שטרענגסטע ראַבינאַטן — אַשקלון — האָט דער חתונה־רעגיסטראַר, אַבֿרהם סייגיס, אויסגעדריקט זאָרג, אַז דאָס געזעץ וועט גורם זײַן אַ ירידה פֿון די סטאַנדאַרטן, ווײַל אַ סך פּאָרלעך וועלן איצט אויסקלײַבן מער ליבעראַלע ראַבינאַטן. ער האָט געזאָגט דעם Forward, אַז ער זאָרגט זיך, אַז אין יענע ראַבינאַטן, וועלן די רעגיסטראַרן „נישט קאָנטראָלירן, צי אַלץ איז דורכגעפֿירט על־פּי־הלכה‟.

דאָס געזעץ איז געשטיצט געוואָרן דורכן מיניסטער פֿון רעליגיעזע ענינים, נפֿתּלי בענעט, פֿון דער פּאַרטיי „ישׂראל ביתינו‟. „בענעט און זײַן פֿאַרטרעטער, אלי בן־דהן, האָבן שוין פֿון פֿריִער דערקלערט, אַז זיי האָבן בדעה אַרײַנצוברענגען אַ רעוואָלוציע אין די רעליגיעזע באַדינונגען, און דאָס איז אַ טייל פֿון דער רעוואָלציע,‟ האָט געזאָגט פּנחס וואָלף, אַ וואָרטזאָגער פֿון דער פּאַרטיי.

אַ טאָג נאָך דעם ווי מע האָט אָנגענומען די חתונה־רעפֿאָרם, האָט די צענטריסטישע פּאַרטיי „יש עתיד‟ אַרײַנגעגעבן אַ געזעץ־פּראָיעקט אײַנצופֿירן „ציווילע חתונות‟, וואָס וואָלטן דערלויבט יעדן ישׂראלדיקן אײַנוווינער חתונה צו האָבן מיט זײַן אָדער איר פּאַרטנער. דאָס ווערט באַטראַכט ווי אַ לייזונג פֿאַר האָמאָסעקסועלע פּאָרלעך, רעליגיעז־געמישטע פּאָרלעך אָדער ייִדישע פּאָרלעך, וואָס קאָנען נישט חתונה האָבן דורך אַ רבֿ צוליב די רעליגיעזע באַגרענעצונגען, ווי, למשל, אויב דער מאַן איז אַ כּהן און די פֿרוי — אַ געגטע. על־פּי־דין, מעג אַ כּהן חתונה האָבן מיט אַן אַלמנה, אָבער נישט מיט אַ גרושה.

אויב ישׂראל וועט לסוף דערלויבן די ציווילע חתונות, וועלן די רעפֿאָרם און קאָנסערוואַטיווע פּאָרלעך אין ישׂראל, וועלכע האָבן ביז איצט געמוזט חתונה האָבן דורך אַן אָרטאָדאָקסישן ראַבינאַט, קאָנען דורכפֿירן אַ נישט־אָרטאָדאָקסישע צערעמאָניע.