ייִדישע נײַעס פֿון אויסטראַליע

Jewish News From Australia

דער אוניווערסיטעט פֿון ניו־סאַוט וויילס אין סידנעי
Wikimedia Commons
דער אוניווערסיטעט פֿון ניו־סאַוט וויילס אין סידנעי

פֿון שרה זילבערמאַן

Published November 05, 2013, issue of November 22, 2013.

אויסטראַלישע פּאָליטיקער טאַדלען דעם אָנפֿאַל אויף אַ ייִדישער משפּחה אין סידנעי

פּאָליטיקער פֿון די ליבעראַלע, לייבאָר־ און גרינע־פּאַרטייען און פֿאָרשטייערס פֿון פֿיל געזעלשאַפֿטלעכע און עטנישע גרופּעס האָבן געטאַדלט דעם פֿאַראַכטאָגיקן אָנפֿאַל אויף אַ ייִדישער משפּחה אויף דער גאַס אין אַ ייִדישער געגנט אין סידנעי. אַכט מענער זײַנען באַפֿאַלן די משפּחה דעם פֿאָריקן פֿרײַטיק בײַ נאַכט אויף דער גאַס אין באַנדײַ, סידנעי, צוערשט, מיט מיאוסע רייד און דערנאָך מיט קלעפּ, וועלכע האָבן צעבראָכן הויט און ביינער. טייל מיטגלידער פֿון דער משפּחה האָבן זיך אַפֿילו גענייטיקט אין שטעך.

די משפּחה אַליין האָט פֿאַרזיכערט אין אַן אינטערוויו אין דער וואָכנשריפֿט „אויסטראַלישע ייִדישע נײַעס‟, אַז זי וועט נישט ענדערן דעם ייִדישן לעבנס־שטייגער אירן. זי האָט אויסגעדריקט די האָפֿענונג, אַז די אַלגעמיינע באַפֿעלקערונג פֿון סידנעי וועט זיך אויסלערנען עפּעס פֿונעם אינצידענט. לאָקאַלע פּאָליציי זאָגן, אַז זיי באַטראַכטן דעם ענין ווי אַ וויכטיק פֿאַרברעכן, וואָס דאַרף אויסגעפֿאָרשט ווערן גרינטלעך. די סידנעיער קהילה האָט באַדאַנקט די פּאָליציי פֿאַרן ערנסטן צוגאַנג.

צוויי יוגנטלעכע ווערן באַשולדיקט אין אָנטיילנעמען אינעם אָנפֿאַל, אין איינעם מיט אַ 23־יאָריקן מאַן, וואָס מוז זיך ווײַזן אין געריכט דעם 3טן דעצעמבער הײַיאָר. צוויי טעג נאָכן אָנפֿאַל זײַנען 600 מענער אַרויס אויף די סידנעיער גאַסן, וווּ זיי האָבן געפֿאָדערט טאָלעראַנץ און דרך־ארץ פֿאַר אַלעמען, בעת אַ האַרמאָניע־שפּאַציר.


מיצווה־טאָג־צוגרייטונגען

אויסטראַלישע ייִדן וועלן פֿײַערן דעם דריטן מיצווה־טאָג זונטיק דעם 17טן נאָוועמבער אין מעלבורן, סידנעי, פּערט און בריזביין. העכער פֿערציק פּראָיעקטן ווערן פּלאַנירט, צווישן זיי אַ בלוט־זאַמלונג, וואָס ווערט דורכגעפֿירט מיט דער הילף פֿונעם „מגן־דוד אַדום‟; אַ שפּילצײַג־זאַמלונג, וואָס ווערט אָרגאַניזירט דורך די תּלמידים פֿון די ייִדישע טאָגשולן; גערטנערײַ, צוגרייטן עסן פֿאַר די הונגעריקע, און פֿיל אַנדערע פּראָיעקטן. אַ טייל פֿון די פּראָיעקטן וועלן ממשיך זײַן במשך פֿונעם יאָר. פֿאַראַיאָרן האָבן העכער טויזנט מעלבורנער ייִדן אָנטייל גענומען אין דעם צווייטן יערלעכן מיצווה־טאָג.


סידנעיער אוניווערסיטעט פֿאָרשט אויס אַנטיסעמיטישן אָנפֿאַל בײַ סטודענטן־ראַט־וואַלן

דער אוניווערסיטעט פֿון ניו־סאַוט וויילס, אין סידנעי, האָט געמאָלדן, אַז ער פֿאָרשט אויס די באַשולדיקונג, אַז צוויי סטודענטן האָבן געטאַנצט אַרום אַן עקזעקוטיוו-מיטגליד פֿון דער אויסטראַלישער אָרגאַניזאַציע פֿון ייִדישע אוניווערסיטעט־סטודענטן, און האָבןן אים געזונגען דאָס ליד „פֿרילינג פֿאַר היטלער‟ פֿון מעל ברוקס’ פֿילם און פּיעסע „די פּראָדוצירערס‟, בעת זיי האָבן געמאַכט נאַצישע סאַלוטן. ביידע האָבן זיך פֿולשטענדיק אַנטשולדיקט אין דער צווישנצײַט, אָבער אַנדערע האָבן זיך באַקלאָגט, וואָס דער ייִד האָט פֿאַרעפֿנטלעכט דעם אינצידענט. פֿאָרשטייערס פֿון לאָקאַלע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס האָבן אויסגעדריקט די האָפֿענונג, אַז סטודענטן וועלן רעדן צווישן זיך וועגן דעם ענין, כּדי צו פֿאַרשטיין, פֿאַר וואָס דער אַזוי גערופֿענער וויץ איז געווען ווײַט נישט פּאַסיק.


די משפּחה פֿון אַ דערמאָרדעטן טאַדלט דעם אויספֿיר פֿונעם מישפּט פֿון דעם וואָס איז באַשולדיקט געוואָרן אין זײַן מאָרד

די משפּחה פֿון אַ יונגן ייִדן, וואָס איז דערמאָרדעט געוואָרן לעבן אַ מעלבורנער „פֿריילעך הײַזל‟ אין יאָר 2009, האָט געטאַדלט דעם מישפּט, וואָס האָט באַפֿרײַט דעם וואָס איז געווען באַשולדיקט אינעם מאָרד. דער ייִד איז געגאַנגען געווויר ווערן, וווּ זיין חבֿרטע געפֿינט זיך, מיינענדיק, אַז מע האַלט זי קעגן איר ווילן; און איז אומגעקומען אין זײַן אויטאָמאָביל, גלײַך דערלעבן. דאָס איז וווּ פּאָליציי האָט אים געפֿונען מיט צעבראָכענע ביינער. דאָקטוירים זאָגן, אַז ער האָט גענומען מער ווי איין אומלעגאַלן נאַרקאָטיק, איידער ער איז אַרײַן אינעם „פֿריילעך הײַזל‟.


אַ ייִד צווישן די פֿרײַוויליקע פֿײַער־לעשער אין ניו־סאַוט וויילס

דער ייִד ראָבערט קאָהאַרי איז געווען צווישן די פֿרײַ־וויליקע פֿײַער־לעשער, וועלכע האָבן געהאָלפֿן אויסלעשן די שׂריפֿות אין די „בלויע בערג‟ לעבן סידנעי אין ניו־סאַוט וויילס. קאָהאַרי זאָגט, אַז ער האָט זיך אויסגעלערנט פֿון זיידע־באָבע, ווי וויכטיק עס איז צו באַדינען די קהילה, וווּ מע וווינט, און אַז דאָס איז די סיבה פֿאַר וואָס ער איז געוואָרן אַ פֿרײַוויליקער פֿײַער־לעשער. די ייִדישע קהילה זאַמלט געלט דורך דער אָרגאַניזאַציע „ייִדישע הילף אויסטראַליע‟ פֿאַר די, וועלכע האָבן פֿאַרלוירן זייערע היימען צוליב די שׂריפֿות.

די „ידיעות פֿון אויסטראַליע‟ קען מען הערן יעדע וואָך אויף אונדזער ראַדיאָ „פֿאָרווערטס־קול‟, געפֿירט פֿונעם „פֿאָרווערטס‟־קאָרעספּאָנדענט שׂרה זילבערמאַן, מעלבורן.