ישׂראל דער גלית אין אַ נײַ בוך

Israel the Goliath in a New Book

דער מחבר מאַקס בלומענטאַל
דער מחבר מאַקס בלומענטאַל

פֿון עדי מהלאל

Published November 05, 2013, issue of November 22, 2013.

מאַקס בלומענטאַל איז אַ דערפֿאַרענער זשורנאַליסט און בלאָגער, וואָס האָט במשך פֿון יאָרן געדעקט די עקסטרעם־רעכטע קרײַזן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. זיי האָט ער געווידמעט דאָס ערשטע בוך זײַנס: „רעפּובילקאַנער עמורה: אין דער באַוועגונג וואָס האָט צעשמעטערט די פּאַרטיי‟ (Republican Gomorrah: Inside the Movement That Shattered the Party), וואָס איז אַרויס אין 2009.

אין אַ ספּעציעלן געשפּרעך מיטן „פֿאָרווערטס‟, דערציילט בלומענטאַל ווי שפּעטער, אין 2009, האָט ער באַשלאָסן צו נעמען די פּאָר גראָשן, וואָס ער האָט אָפּגעשפּאָרט, אַ דאַנק די האָנאָראַרן פֿון יענעם בוך, און אַוועקפֿאָרן אויף אַ רעפּאָרטאַזש־רײַזע קיין ישׂראל. אָבער דאָס איז נישט געווען בלומענטאַלס ערשטע נסיעה קיין ישׂראל. פּנים־אל־פּנים האָט ער זיך מיט דער מדינה געטראָפֿן נאָך מיט אַ פּאָר יאָר פֿריִער אויף אַ „געבורטס־רעכט נסיעה‟ — אַן אומזיסטע רײַזע קיין ישׂראל פֿאַר יונגע אַמעריקאַנער ייִדן. (און נישט נאָר אַמעריקאַנער, זע: עדי מהלאל, 7 אָקטאָבער 2011). „אין גאַנג פֿון אַזאַ מין נסיעה, — האָט ער דערקלערט, — האַלט מען אין איין באָמבאַרדירן די יונגע נפֿשות מיטן ישׂראלדיקן נאַראַטיוו פֿונעם סיכסוך.‟ אָבער בלומענטאַל איז דערפֿון נישט איבערצײַגט געוואָרן.

די מדינה און די געזעלשאַפֿט וואָס ער האָט יאָרן שפּעטער ווידער באַגעגנט, האָט ערשט איבערגעלעבט די בלוטיקע עזה־אָפּעראַציע און נאָך די וואַלן, וווּ די סאַמע רעכטע ישׂראל־רעגירונג אין איר געשיכטע, איז דערווײלט געוואָרן; די רעגירונג פֿון נתניהו, ליבערמאַן און ש”ס. אין גאַנג פֿון די ווײַטערדיקע פֿיר יאָר האָט ער פֿאַרבראַכט אין סך־הכּל מער ווי איין יאָר צײַט אין ישׂראל, צושיקנדיק רעפּאָרטאַזשן אין געוויסע אַמעריקאַנער צײַטונגען און זאַמלענדיק מאַטעריאַל פֿאַר אַ נײַעם בוך. דאָס בוך איז איצטער אַרויס אין אַמעריקע, און שוין פֿון זײַן טיטל אַליין „גלית: דאָס לעבן און שׂינאה אין גרויס־ישׂראל‟ (Goliath: Life and Loathing in Greater Israel), כאַפּט מען באַלד דעם נישט אַזוי גוטן רושם, וואָס ער האָט באַקומען פֿונעם פֿאַרברענגען דאָרט. דאָס בילד, געשילדערט פֿון בלומענטאַל אין זײַן בוך איז נישט קיין פּאָזיטיווס, מילד גערעדט.

בלומענטאַל באַשרײַבט די ישׂראלדיקע געזעלשאַפֿט, ווי איינע וואָס איז אָנגעשטעקט מיט ראַסיזם און מיליטאַריזם. ער האָט מיר דערציילט, ווי איבערראַשט איז ער געוואָרן פֿון דער גרויסער צאָל ישׂראלים, וואָס זענען גרייט און אַפֿילו שטאָלץ זיך צו דעפֿינירן ווי ראַסיסטן, פּראָקלאַמירנדיק דאָס פֿאַר בלומענטאַל אויפֿן טיפּישן „דוגרי‟ (אָפֿנטלעך) רעד־סטיל. ער כאַראַקטעריזירט אַזאַ מין רעגירונג אין ישׂראל, ווי „עטנאָקראַטיע‟ (אַן אופֿן פֿון רעגירן, וווּ איין עטנישע גרופּע הערשט איבערן גרעסערן טייל; די לעצטע פֿאָרשונגען באַווײַזן, אַז די ייִדן אין ישׂראל, צוזאַמען מיט די באַזעצטע שׁטחים, זענען שוין געוואָרן אַ מיעוט אין דעם לאַנד. — ע. מ.), וואָס באַגרענעצט דעם דעמאָקראַטישן רוים פֿון אירע בירגער און אײַנוווינער דורך נישט לאָזן זיי צו באַשליסן פֿאַר זיך אַליין זייער אייגענע אידענטיטעט.

ער האָט דערמאָנט, אַז לעצטנס, האָט דאָס העכסטע געריכט אין ישׂראל זיך בכלל אָפּגעזאָגט צו אָנערקענען די עקסיזטענץ פֿון „ישׂראלדיקייט‟ (Israeliness), אָפּשפּאָטנדיק דערמיט די ליבעראַלע דעמאָקראַטישע פּרינציפּן, אַז די מדינה געהערט צו אירע אײַנוווינער, נישט געקוקט אויף זייער אָפּשטאַם.

אויף מײַן פֿראַגע לגבי די פּאָזיטיווע פֿיגורן און זײַנע באַגעגענישן אין ישׂראל און פּאַלעסטינע, האָט ער מיר דערציילטוועגן די ישׂראלדיקע אַקטיוויסטן, וואָס פֿירן זייער קאַמף קעגן דעם באַזעצן די שטחים און קעגן דער מיליטאַריזירונג „פֿון די סאָפֿיסטיקירסטע פּאָליטישע אַקטיוויסטן וואָס ער האָט זיך מיט זיי געטראָפֿן‟. ער האָט אויך דערמאָנטדי פּאַלעסטינער תּושבֿים אין די דערפֿער, וועלכע לײַדן כּסדר פֿון די נאַכט־אָנפֿאַלן אויף זייערע היימען מצד די ישׂראלדיקע כּוחות. בלומענטאַל האָט געזאָגט, אַז מע באַשולדיקט אים אינעם זײַן אומברחמנותדיק צו ייִדן אין ישׂראל, אָבער ער לייקנט עס אָפּ.

דאָס בוך „גלית: דאָס לעבן און שׂינאה אין גרויס־ישׂראל‟
דאָס בוך „גלית: דאָס לעבן און שׂינאה אין גרויס־ישׂראל‟

ער האָט מיר דערציילט, למשל, וועגן איין באַגעגעניש מיט אַן ישׂראלדיקן „מג”בֿניק‟ (אַ גרענעץ־וועכטער) אַלעקס אין דער בית־חורון מיליטערישער באַזע, וואָס האָט אָן אַ שיִער באַשמוצט די פּאַלעסטינער, געפּריידיקט אַ גענאָציד קעגן זיי און נאָך אַנדערע שרעקלעכע זאַכן. אָבער בשעתן שמועסן, דערוויסט זיך בלומענטאַל וואָס פֿאַר אַ שווער לעבן האָט אַלעקס אַליין דורכגעלעבט, קומענדיק פֿון די נידעריקסטע סאָציאַל־עקאָנאָמישע שיכטן אין דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט (נישט געניסנדיק פֿון אַ גוטער בילדונג, ווי די געבילדעטע אַקטיוויסטן, למשל). אַן אימיגראַנט פֿון קאַזאַכסטאַן וואָס וווינט אין דער דרומדיקער שטאָט אַשקלון, האָט ער שטענדיק געליטן פֿון רדיפֿות און גוואַלד מצד דער פּאָלציי. שפּעטער האָט אַלעקס באַשלאָסן, אַז איידער צו לײַדן פֿון דער פּאָליציי, איז שוין בעסער אַריבערצוגיין אויף זייער, און ער איז טאַקע געוואָרן אַ פּאָליציאַנט. בלומענטאַל האָט באַטאָנט, אַז ער ווײַזט צו אַזעלכע פּאַרשוינען אַרויס אַ סך עמפּאַטיע.

וואָס שײַך מײַן פֿראַגע, צי ס‘איז פֿאַראַן אַ לייזונג צו דעם אָנגייענדיקן סיכסוך? — האָט בלומענטאַל דווקא באַטאָנט: „פּראַקטישע בונדן קען מען אויסשמידן אין דער צוקונפֿט צווישן די גרופּעס אין ישׂראל, וואָס מע שילדערט אין דער מעדיאַ ווי פּרימיטיוו און פּראָבלעמאַטישע, צום בײַשפּיל, די חרדים, אָדער די מיזרחדיקע ייִדן, וואָס קענען אייגנטלעך פֿונקציאָנירן ווי בריק־אויפֿבויערס מיט די רעליגיעזע פּאַלעסטינער… ווי אַ ליבעראַלער וועלטלעכער ייִד שעם איך זיך זייער, ווען איך טרעף אין דער מעדיאַ מיאוסע אַטאַקעס קעגן די חרדים… איך נעם אין גאַנצן נישט אָן זייער קוקווינקל אויף דער וועלט, אָבער עס זענען דאָ סעקולערע ישׂראלים, בפֿרט די לינקע ציוניסטן, וואָס זענען פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַר דער דעמאָגראַפֿישער סעגרעגאַציע מיט גוואַלד. אַזוי אַז צו באַשולדיקן די חרדים אין אַלע צרות פֿון דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט איז לגמרי אַ צבֿיעות.‟

מע מוז נישט מסכּים זײַן מיט די אַלע אויספֿירן פֿון בלומענטאַל, און אויך ווי ער ענדיקט דאָס בוך וועגן די לינקע ישׂראלים, וואָס „מאַכן אַ לעבן אין גלות‟, אַנטוישט פֿון דער מעגלעכקייט צו בײַטן דעם מצבֿ אין ישׂראל גופֿא. ס‘איז נישט אינגאַנצן פּינקטלעך (איך ווייס, למשל, אַז אַ טייל פֿון זיי זענען שוין צוריק אין ישׂראל, וווּ זיי ווילן בעסער לעבן, מחמת זייער צוגעבונדקייט צום לאַנד). אָבער מע דאַרף פֿאָרט אָפּשאַצן מאַקס בלומענטאַלס תּשוקה, אינטעלעקטועלע נײַגעריקייט, און פֿעיִקייטן ווי אַ דערציילער (לייענט איבער, למשל, וועגן זײַן באַגעגעניש מיטן ישׂראלדיקן מחבר דוד גראָסמאַן, אָדער ווי ער שרײַבט וועגן ישעיהו לייבאָוויטשס ירושה פֿון אַקטיוויזם). אין זײַן בוך ברענגט ער דעם לייענער אי נײַע פֿאַקטן און געשיכטעס, אי דאָס אָפּפֿרישן באַקאַנטע טעמעס, זײַענדיק אַ פֿרעמדער שרײַבער אין אַ פֿרעמד לאַנד. און נישט געקוקט אויף דעם פֿאַקט, אַז ס’איז נישט אַלע מאָל אײַנגענעם זיך צו דערוויסן וועגן שווערע פּראָבלעמען, איז עס פֿאָרט בעסער זיי נישט צו איגנאָרירן.