אַ יום־טובֿ אויף ברײַטאָן־ביטש

Brighton Beach Synagogue Opens After Sandy

די אונטערנעמונג בײַ דער שיל „יאַנג איזראַעל‟ אויף ברײַטאָן־ביטש
Arkadiy Yagudaev
די אונטערנעמונג בײַ דער שיל „יאַנג איזראַעל‟ אויף ברײַטאָן־ביטש

פֿון לעאָניד זאָנשײַן

Published November 06, 2013, issue of November 22, 2013.

דעם 3טן נאָוועמבער איז אויף ברײַטאָן־ביטש — דער ראַיאָן פֿון ברוקלין, וווּ עס וווינען אַ סך רוסיש־רעדנדיקע ייִדן — פֿאָרגעקומען אַ גרויסע יום־טובֿדיקע געשעעניש: די שיל „יאַנג איזראַעל‟, וועלכע האָט געליטן מיט אַ יאָר צוריק פֿונעם הוראַגאַן „סענדי‟, האָט זיך אָפֿיציעל געעפֿנט פֿון ס׳נײַ. ווייניקער ווי אין אַ יאָר, האָט מען זי נישט בלויז אָפּרעמאָנטירט, נאָר פֿאַרוואַנדלט אין איינער פֿון די שענסטע שילן אין דער שטאָט. צוזאַמען מיט דער חנוכּת־הבית, האָט מען אויך געפּראַוועט אַ הכנסה פֿון אַ נײַ־אָנגעשריבענער ספֿר־תּורה און דעם 15טן יוביליי פֿון „וווּקס און אַנטוויקלונג‟ פֿונעם ייִדישן רעליגיעזן לעבן אינעם ראַיאָן.

צווישן די פֿאַרזאַמלטע געסט זענען געווען דער פּרעזידענט פֿון דער שיל, סטיווען פֿראָליך, דער רבֿ פֿון דער שיל, אפֿרים זאַלצמאַן, דער קאָנגרעסמאַן האַקים דזשעפֿריס, דער אָדעסער הויפּט־רבֿ אַבֿרהם וואָלף, ווי אויך אַ צאָל אַנדערע רבנים פֿון ישׂראל, פֿראַנקרײַך און שוועדן. עס זענען בײַגעווען כּמעט אַלע באַוווּסטע פֿאָרשטייער פֿון דער אָרטיקער רוסיש־שפּראַכיקער פּרעסע.

אין די 1970ערן האָבן זיך אין ברײַטאָן־ביטש באַזעצט טויזנטער ייִדישע אימיגראַנטן פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד. בלויז אַ קליינער טייל פֿון זיי האָט אָבער געהיט די ייִדישע רעליגיעזע טראַדיציעס. צוליב דעם, זענען די אָרטיקע שילן, צוערשט, געשטאַנען ליידיק און שפּעטער געמוזט זיך בכלל פֿאַרמאַכן. אין די סוף 1990ער, האָבן די ליובאַוויטשער חסידים אויפֿגעלעבט די שיל „יאַנג איזראַעל‟; לכּבֿוד דעם, האָט מען הײַנט געפּראַוועט דעם 15־יאָריקן יוביליי פֿון איר אַנטוויקלונג.

די אונטערנעמונג בײַ דער שיל, וואָס געפֿינט זיך אויפֿן ראָג צווישן דעם „פֿערטן ברײַטאָן‟ און נעפּטשון־עוועניו, האָט זיך אָנגעהויבן 11 אַזייגער אין דער פֿרי און זיך פֿאַרענדיקט 5 אַזייגער נאָכמיטאָג, ווי אַ לעבעדיקער בײַשפּיל פֿונעם אַקטיוון ייִדישן לעבן אינעם קוואַרטאַל.