קערי אין מיטעלן־מיזרח

Kerry in the Middle East

דער ישׂראלדיקער פּרעזידענט שמעון פּערעס און דער אַמעריקאַנער מלוכה־סעקרעטאַר, דזשאָן קערי, דעם 6טן נאָוועמבער, אין ירושלים
Getty Images
דער ישׂראלדיקער פּרעזידענט שמעון פּערעס און דער אַמעריקאַנער מלוכה־סעקרעטאַר, דזשאָן קערי, דעם 6טן נאָוועמבער, אין ירושלים

פֿון ייִט״אַ

Published November 07, 2013, issue of November 22, 2013.

וואַשינגטאָן. — דער מלוכה־סעקרעטאַר דזשאָן קערי האָט די וואָך זיך געטראָפֿן מיט די סאַודישע, ישׂראלדיקע און פּאַלעסטינער פֿירער אין מיטעלן־מיזרח, בעת דער שוץ־סעקרעטאַר, טשאָק הייגל, האָט צוגעזאָגט, אַז די פֿאַראייניקטע שטאַטן וועט ווײַטער אָנהאַלטן אַ שטאַרקן מיליטערישן כּוח אינעם פּערסישן גאָלף.

ישׂראל, די געזעץ־געבער אינעם אַמעריקאַנער קאָנגרעס, און פּראָ־ישׂראלדיקע אָרגאַניזאַציעס האָבן לעצטנס גערופֿן די פֿאַראייניקטע שטאַטן נישט אָפּצושוואַכן איר דרוק אויף איראַן בעת די פֿאַרהאַנדלונגען, אַזוי לאַנג ווי איראַן נעמט נישט אָן קיין קאָנקרעטע שריט צו רעדוצירן אירע נוקלעאַרע מעגלעכקייטן.

הייגל האָט אָבער צוגעגעבן, אַז אַן אַמעריקאַנער מיליטערישע אַקציע וועט ווײַטער בלײַבן אַ לעצטע אָפּציע אין דער קאַמפּאַניע צו פֿאַרזיכערן, אַז איראַן זאָל נישט אַנטוויקלען אַ נוקלעאַרן וואָפֿן. „דאָס מיליטער דאַרף תּמיד שפּילן די צווייטע ראָלע, נישט די הויפּט־ראָלע, אין דער אַמעריקאַנער אויסערן־פּאָליטיק,‟ האָט ער באַטאָנט.

קערי האָט דערקלערט, אַז ער האָט שוין פֿאַרזיכערט די אַמעריקאַנער אַליִיִרטע אינעם מיטעלן מיזרח, אַרײַנגערעכנט ישׂראל און סאַודיע, אַז די פֿאַראייניקטע שטאַטן וועט נישט רוען ביז איראַן וועט נישט אָננעמען קאָנקרעטע שריט אָפּצושטעלן איר פֿאַרדעכטיקטע פּראָגראַם פֿון נוקלעאַרע וואָפֿנס.

קערי האָט מאָנטיק זיך געטראָפֿן מיטן סאַודישן מלוכה־סעקרעטאַר, סאַוּד אַל פֿײַזאַל, אין ריִאַד. דינסטיק איז ער געפֿאָרן קיין ישׂראל, און מיטוואָך — צו דער פּאַלעסטינער אויטאָריטעט. ער האָט באַטאָנט, אַז די פֿאַרהאַנדלונגען מיט איראַן קאָנען נאָך דויערן חדשים לאַנג. די דיסקוסיעס מיט איראַן זענען באַנײַט געוואָרן דעם פֿאַרגאַנגענעם חודש, נאָך דעם ווי דער נײַער איראַנישער פּרעזידענט, כאַסאַן רוכאַני, אַ רעלאַטיוו־מעסיקע פֿיגור, האָט אויסגעדריקט אַן אינטערעס זיך אומצוקערן צום פֿאַרהאַנדלונג־טיש.

די ישׂראלדיקע און סאַודישע פֿירער האָבן נישט איין מאָל אויסגעדריקט זאָרג וועגן דעם פֿאַרלענגערן די פֿאַרהאַנדלונגען, טענהנדיק, אַז דאָס גיט איראַן מער צײַט צו אַנטוויקלען איר נוקלעאַרע פּראָגראַם.