ליטווישע חורבן־קאָמפּענסאַציע

Lithuanian Holocaust Reparations

דער ליטווישער פּאַרלאַמענט
Wikimedia Commons
דער ליטווישער פּאַרלאַמענט

פֿון ייִט״אַ

Published November 08, 2013, issue of December 06, 2013.

די ליטווישע רעגירונג האָט איבערגעגעבן, אַז זי קלײַבט זיך אויסצוגעבן סימבאָלישע קאָמפּענסאַציעס צו בערך 1,800 ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה. מיטוואָך, דעם 6טן נאָוועמבער, האָבן די רעגירונג־פֿאָרשטייער דערציילט דער אַגענטור „די באַלטישע נײַעס”, אַז ביז יאַנואַר וועט יעדער ניצול־געוואָרענער ייִד אין ליטע באַקומען 622 דאָלאַר; די דאָזיקער סומע וועט אויך דינען ווי אַ קאָמפּענסאַציע פֿאַר די „צרות פֿון דער סאָוועטישער אָקופּאַציע”.

אַ צאָל אינטערנאַציאָנאַלע אָרגאַניזאַציעס, אַרײַנגערעכנט דעם „צענטער פֿון שמעון וויזענטאַל”, האָבן קריטיקירט די ליטווישע מלוכה פֿאַרן פֿאַרגלײַכן דעם נאַצי־רעזשים מיטן ראַטן־פֿאַרבאַנד.

אינעם יאָר 2011, האָט דער ליטווישער פּאַרלאַמענט אָפּגעשטימט לטובֿת פּערזענלעכע קאָמפּענסאַציעס פֿאַר די, וואָס האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן, ווי אויך פֿאַר די ייִדישע קהילות, וואָס האָבן פֿאַרלוירן זייערע פֿאַרמעגנס צוליב דער נאַצי־רויבערײַ. די רעגירונג האָט געשאַפֿן אַ פֿאָנד פֿון 50 מיליאָן דאָלאַר, צו שטיצן די „רעליגיעזע, קולטורעלע און סאָציאַלע” באַדערפֿענישן פֿון ייִדן.

אינעם יאָר 1939, האָט די ייִדישע באַפֿעלקערונג אין לחטע באַטראָפֿן 250,000 נפֿשות. 95 פּראָצענט פֿון די ליטווישע ייִדן זענען אומגעבראַכט געוואָרן דורך די נאַציס בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. אַ גרויסע ראָלע אינעם גענאָציד האָבן געשפּילט די אָרטיקע קאָלאַבאָראַטאָרן פֿון די דײַטשישע סאָלדאַטן. לויט דעם „אייראָפּעיִשן ייִדישן קאָנגרעס”, וווינען הײַנט אינעם לאַנד בערך 5,000 ייִדן.