מחלוקת אין אַ קלויסטער

Conflict in Cathedral

דער בוענאָס־אײַרעסער מעטראָפּאָליטאַנער קאַטעדראַל
Wikimedia Commons
דער בוענאָס־אײַרעסער מעטראָפּאָליטאַנער קאַטעדראַל

פֿון ייִט״אַ

Published November 14, 2013, issue of December 06, 2013.

פֿאַראַכטאָגן דאָנערשטיק, האָט אַ גרופּע קאַטוילישע פֿונדאַמענטאַליסטן איבערגעריסן אַ בשותּפֿותדיקע ייִדיש־קריסטלעכע צערעמאָניע אין אָנדענק פֿון דער „קרישטאָלנאַכט‟ אינעם בוענאָס־אײַרעסער מעטראָפּאָליטאַנער קאַטעדראַל. די אונטערנעמונג איז אָרגאַניזירט געוואָרן דורכן „קאָמיטעט פֿאַרן צווישן־רעליגיעזן דיאַלאָג‟ און דעם אַרגענטינער צווײַג פֿון „בני־ברית‟.

ווען דער אַרציביסקופּ פֿון בוענאָס־אײַרעס, מאַריאָ פּאָלי, האָט געוואָלט אָנהייבן די אָנדענק־צערעמאָניע, האָבן די פֿונדאַמענטאַליסטן אָנגעהויבן זאָגן זייערע תּפֿילות אויף אַ הויך קול און פֿאַרשפּרייט בראָשורן קעגן דעם „אַרײַנברענגען פֿאַלשע געטער אין אונדזער הויפּט־קאַטעדראַל‟. מיט עטלעכע מינוט שפּעטער איז אָנגעקומען די פּאָליציי. די פֿונדאַמענטאַליסטן האָבן פֿאַרלאָזט דעם קלויסטער, און פּאָלי האָט ממשיך געווען די צערעמאָניע, בעטנדיק „די ייִדישע ברידער צו פֿילן זיך דאָ ווי אין דער היים‟. אויפֿן סמך פֿונעם פּויפּסט פֿרענסיס, וועלכער האָט פֿריִער געדינט ווי דער אַרציביסקופּ פֿון בוענאָס־אײַרעס, האָט ער באַטאָנט, אַז זײַן קלויסטער איז אויך „אַ היים‟ פֿאַר ייִדן.

מע האָט איבערגעגעבן, אַז אַ טייל פֿון די שרײַער זענען געווען אַנטיסעמיטישע יונגע־לײַט, און אַ טייל — קאָנסערוואַטיווע קריסטן, וועלכע זענען געשטימט קעגן אַזעלכע צווישן־רעליגיעזע אונטערנעמונגען. דעם טעקסט פֿון דער צערעמאָניע האָבן צוגעגרייט דער ראַבינער לעאָן קלענסקי און דער קאַטוילישער טעאָלאָג יודזשען פֿישער.