סתּירות מיט ברית־מילה

Circumcision Controversies

פֿון ייִט״אַ

Published December 20, 2013, issue of January 17, 2014.

פּּער־אָלאַ מאַטסאָן
פּּער־אָלאַ מאַטסאָן

מיטוואָך, דעם 18טן דעצעמבער, האָט אַ פֿרוי זיך געווענדט צום ישׂראלדיקן העכסטן געריכט מיט אַ טענה קעגן דעם באַשלוס פֿון אַ מלוכישן בית־דין, וועלכער האָט געפּּסקנט, אַז זי מוז מלן איר איין־יאָריק זון. די מאַמע האָט געטענהט, אַז די ישׂראלדיקע רעגירונג האָט נישט קיין רעכט צו צווינגען דאָס צו טאָן איר קינד.

אין נאָוועמבער, האָט דאָס אָפֿיציעלע רבנים-ראַט אין ירושלים מסכּים געווען מיטן באַשלוס פֿונעם בית־דין אין נתניה, לויט וועלכן די דערמאָנטע פֿרוי מוז מל זײַן איר זון. דערצו, מוז איר געוועזענער מאַן באַצאָלן יעדן טאָג אַ קנס פֿון 142 דאָלאַר, כּל־זמן דאָס ייִנגל בלײַבט נישט געמלט. דער זעלבער בית־דין האָט דורכגעפֿירט דעם גט־פּּראָצעס פֿונעם פּּאָרפֿאָלק, ווי עס גיט איבער די צײַטונג „האָרץ‟.

צוליב מעדיצינישע סיבות, האָט מען נישט געמלט דאָס קינד אויפֿן אַכטן טאָג נאָך זײַן געבורט. דער ירושלימער בית־דין האַלט, אַז די מאַמע האָט נישט געוואָלט מלן איר זון, כּדי צו געווינען אין איר גט־פּּראָצעס. די מאַמע אַליין זאָגט אָבער, אַז זי זאָגט זיך אָפּּ עס צו טאָן, ווײַל זי וויל נישט דורכפֿירן אַ פּראָצעדור, וואָס איז, ווי זי גלייבט, אַ פּּײַנלעכע. די פֿרוי האָט געבעטן די פּּרעסע נישט אויסצוזאָגן איר נאָמען.

אין דער זעלבער צײַט, קומט איצט פֿאָר אין שוועדן אַ פֿאַרקערטע מעשׂה. די רעגירונג פֿון דער געגנט בלעקינגע קלײַבט זיך צו פֿאַרווערן ברית־מילה פֿאַר נישט־מעדיצינישע צוועקן. פּּער־אָלאַ מאַטסאָן, אַן אָרטיקער פּּאָליטיקער, וועלכער פֿירט אָן מיט דער קאַמפּּאַניע קעגן דעם דאָזיקן רעליגיעזן ריטואַל און דינט אויך ווי דער פֿאָרזיצער פֿון דעם מלוכישן קאָמיטעט פֿאַר געזונט־פֿאַרהיטונג אין דער געגנט, טענהט, אַז קליינע עופֿעלעך קאָנען נישט אויסדריקן זייער אייגענע מיינונג — דערפֿאַר האָבן נישט די עלטערן דאָס רעכט זיי צו מלן.

בלעקינגע איז אַ רעלאַטיוו קליינע געגנט, וווּ עס וווינען בערך 150 טויזנט מענטשן. מיט אַ פּּאָר חדשים צוריק, אין אָקטאָבער, האָבן אָבער עטלעכע גאַנצע לענדער אונטערגעשריבן אַ בשותּפֿותדיקע דעקלאַראַציע קעגן ברית־מילה: פֿינלאַנד, איסלאַנד, דענמאַרק, שוועדן און נאָרוועגיע. די דאָזיקע פּּאָליטישע קאַמפּּאַניע איז פֿאַרבונדן מיט די רעכטע פּּאַרטייען, וועלכע זענען געשטימט קעגן די מוסולמענישע אימיגראַנטן. אויפֿן הײַנטיקן מאָמענט, בלײַבט די ייִדישע ברית־מילה לעגאַל אין שוועדן — כּל־זמן די מוהלים האָבן אַן אָפֿיציעלע ליצענץ און ברענגען מיט צום ברית אַ דאָקטער אָדער אַ קראַנקן־שוועסטער. אַ צאָל פֿאָרשטייער פֿון דער אָרטיקער ייִדישער קהילה האָבן איבערגעגעבן דער ייִט״אַ, אַז זיי זענען צופֿרידן מיטן איצטיקן מצבֿ, אָבער בײַ אַ צאָל ייִדן און מוסולמענער רופֿן די קאַמפּּאַניעס קעגן ברית־מילה אַרויס אַ זאָרג.