סאָציאַלער ברען אין ישׂראל — אויסגעלאָשן

Israel’s Social Justice Movement Fades

בערך 450,000 מענטשן האָבן זיך באַטייליקט אין דער דעמאָנסטראַציע אין תּל־אָבֿיבֿ, דעם 3טן דעצעמבער 2011
Getty Images
בערך 450,000 מענטשן האָבן זיך באַטייליקט אין דער דעמאָנסטראַציע אין תּל־אָבֿיבֿ, דעם 3טן דעצעמבער 2011

פֿון נתן דזשעפֿיי (Forward)

Published January 03, 2014, issue of January 31, 2014.

תּל־אָבֿיבֿ. — אַז מע הערט זיך צו צו די דיסקוסיעס, וואָס ווערן הײַנט דורכגעפֿירט אין דער ישׂראלדיקער מעדיאַ, שטעלן זיך אַרויס דרײַ הויפּטטעמעס: די סכּנה פֿון איראַן, בלוט־פֿאַרגיסונג אויפֿן מערבֿ־ברעג, און אומסטאַביליטעט אין סיריע און עגיפּטן. די באַוועגונג פֿאַר סאָציאַלער גערעכטיקייט, וואָס האָט אַזוי געבושעוועט מיט בלויז צוויי יאָר צוריק, איז ממש פֿאַרשוווּנדן געוואָרן.

„מיר האָבן באמת געגלייבט, אַז מיר וועלן קענען דורכפֿירן ראַדיקאַלע ענדערונגען,‟ האָט דערקלערט יוסי יונה, איינער פֿון די באַקאַנטסטע פֿירער פֿון די דעמאָנסטראַציעס, וואָס זײַן עפֿנטלעכער באַריכט צו דער רעגירונג האָט דעמאָלט אַרויסגערופֿן אַ גאָר פּאָזיטיווע רעאַקציע.

די פֿירער פֿונעם פּראָטעסט האָבן געהאָפֿט איבערצוצײַגן די רעגירונג אָנצונעמען מער אַחריות פֿאַר די נויט־באַדערפֿטיקע אינעם לאַנד. אין דער אמתן האָבן די דעמאָנסטראַציעס יאָ געווירקט אויפֿן לעבן אין ישׂראל, אָבער נישט אויפֿן אופֿן, ווי מע האָט געמיינט. די רעגירונג האָט פּשוט אָנגענומען עטלעכע באַשיידענע שריט, וואָס זאָלן גרינגער מאַכן דאָס לעבן פֿון געוויינטלעכע ישׂראלים: האָט אַראָפּגעלאָזט די פּרײַזן פֿון די מאָבילקעס; אײַנגעפֿירט עטלעכע בוי־פּראָיעקטן מיט וואָלוועלע דירות, און אַנולירט דעם שׂכר־לימוד פֿאַר דרײַ־יאָריקע קינדער אין קינדערגאָרטן.

אין נאָוועמבער האָט די רעגירונג, אונטערן פֿינאַנץ־מינסיטער יאיר לפּיד, אויך אַנולירט אַ העכערונג פֿונעם הכנסה־שטײַער, וואָס מע האָט געהאַט פּלאַנירט דורכצופֿירן אין 2014.

דאָס אַנולירן דעם הכנסה־שטײַער איז אָבער פּונקט פֿאַרקערט פֿון דעם וואָס די פּראָטעסט־פֿירער האָבן אין זינען געהאַט. בלויז דער מיטעלער קלאַס וועט געניסן פֿון דעם שריט. די אָרעמע און דער אַרבעטער־קלאַס באַצאָלן סײַ־ווי ווייניק שטײַערן; בײַ זיי איז דער עיקר — מער מלוכישע באַדינונגען און וווילפֿאַרזאָרג. דאָס אַנולירן די שטײַערן קאָן, לויט די פּראָטעסט־פֿירער, דווקא שאַטן די אָרעמע, ווײַל אָן דעם שטײַער, בלײַבט בײַ דער רעגירונג ווייניקער פֿאָנדן צו באַצאָלן פֿאַר גרעסערע וווילפֿאַרזאָרג־בענעפֿיטן.

דאָס איז נישט דער ערשטער קלאַפּ פֿאַר די אָרעמע. מיט עטלעכע חדשים פֿריִער, האָט לפּיד געהעכערט דעם פֿאַרקויף־שטײַער אויף 1% — וואָס ווירקט געוויינטלעך אַ סך ערגער אויף די אָרעמע, וועלכע האָבן ווייניק געלט אויסצוגעבן, ווי אויפֿן מיטעלן קלאַס.

דערצו האָט די אַרבעט־פּאַרטיי הײַיאָר פֿאַרביטן איר פֿירערין — שעלי יאַכימאָוויטש, אַ געטרײַע שטיצערין פֿון די סאָציאַלע דעמאָנסטראַציעס — אויף אַ מילדערער פֿיגור: יצחק הערצאָג, אַ פֿאַרמעגלעכער אַדוואָקאַט אין תּל־אָבֿיבֿ און דער זון פֿונעם געוועזענעם פּרעזידענט, חיים הערצאָג.

הערצאָג האָט ווייניק אינטערעס אינעם סאָציאַלן קאַמף, און האָט געשטעלט דעם פּאַלעסטינער ענין אויפֿן ערשטן אָרט פֿון זײַן טאָג־אָרדענונג. גלײַך נאָך די וואַלן איז ער געפֿאָרן קיין רמלה צו פֿירן פֿאַרהאַנדלונגען מיטן פּאַלעסטינער פּרעזידענט מאַכמוד אַבאַס. דער ברייטער עולם איז, אַ פּנים, צופֿרידן מיט הערצאָגן. לויט אַן אַנקעטע דורכגעפֿירט דעם 29סטן נאָוועמבער, איז די אַרבעט־פּאַרטיי מער פּאָפּולער איצט ווי ס׳איז געווען אונטער יאַכימאָוויטשס פֿירערשאַפֿט.

יוסי שיין, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון פּאָליטישער וויסנשאַפֿט אינעם תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט, זאָגט, אַז די פּראָטעסט־פֿירער האָבן פּשוט נישט פֿאַרשטאַנען די צילן פֿון ס׳רובֿ דעמאָנסטראַנטן. „די מערסטע פֿון זיי האָבן פּשוט געוואָלט, אַז מע זאָל פֿאַרקלענערן זייערע חודשלעכע הוצאָות,‟ האָט שיין דערקלערט. „זיי האָבן נישט געקלערט וועגן מאַכן טיפֿע ענדערונגען אין דער געזעלשאַפֿט. זיי האָבן זיך קאָנצענטרירט אויפֿן איינעם ענין, וואָס האָט לכתּחילה דערפֿירט צו די סאָציאַלע דעמאָנסטראַציעס: דער הויכער פּרײַז פֿון צוואָרעך (אָדער ׳קאָטעדזש׳, ווי די ישׂראלים רופֿן עס). „יאַכימאָוויטש האָט נישט פֿאַרשטאַנען די אינטערעסן פֿונעם מיטעלן קלאַס.‟

סתּוו שפֿיר, אַ פּראָטעסט־פֿירערין, וועלכע איז שפּעטער געוואָרן אַ פּאָליטישע פֿיגור מיט דער אַרבעט־פּאַרטיי, באַשטעטיקט, אַז „די פֿינאַנציעלע פּאָליטיק ווערט ווײַטער דיקטירט דורך נתניהו‟ און איז דערפֿאַר ווײַט פֿון דער וויזיע פֿון די דעמאָנסטראַנטן. זי האַלט אָבער, אַז אין דער כּנסת, ווערן די אינטערעסן פֿון די אָרעמע אין לאַנד אָנגענומען מער ערנסט ווי אין די יאָרן פֿאַר די דעמאָנסטראַציעס.

„ביזן הײַנטיקן טאָג וויל יעדער פּאָליטיקער באַצייכנט ווערן ווי איינער, וואָס העלפֿט לייזן אַן ענין, וואָס איז באַטאָנט געוואָרן דורך די דעמאָנסטראַציעס,‟ האָט שפֿיר געזאָגט.