דוד קופּער, דער בודיסטישער ייִד

David Cooper, Father of BuJu

דוד קופּער
Courtesy of Rabbi David Cooper
דוד קופּער

פֿון דזשיי מײַקלסאָן (Forward)

Published January 05, 2014, issue of January 31, 2014.

במשך פֿון כּמעט 20 יאָר, איז דוד קופּער באַקאַנט ווי אַ פֿאַרשפּרייטער פֿון ייִדישע מעדיטאַציעס. צוזאַמען מיט זײַן פֿרוי, שושנה, האָט ער געשאַפֿן אַ היבריד פֿון ייִדישע און בודיסטישע מעדיטאַטיווע פּראַקטיקעס, וואָס מע קאָן טרעפֿן אין אַ סך שילן אַרום דער וועלט. אין זײַנע ביכער און לימודים, פֿאַרשפּרייט קופּער די שיטה פֿון “BuJu” — אַ קאָמבינאַציע פֿון ייִדישקייט און בודיזם. צוליב זײַן טעטיקייט, ווערן ייִדישע מעדיטאַציעס מיט אַ בודיסטישן טעם אַלץ מער פּאָפּולער — סײַ אין וועלטלעכע און סײַ אין טראַדיציאָנעלע קרײַזן.

לעצטנס, פֿאַרנעמט זיך די משפּחה קופּער ווייניקער מיטן עולם. הײַיאָר, וועט דאָס פּאָרפֿאָלק דורכפֿירן די לעצטע סעריע פֿון ווינטערדיקע מעדיטאַציעס־לימודים בײַם ייִדישן “רעטריט”־צענטער אויפֿן נאָמען פֿון איזאַבעלאַ פֿרידמאַן. קיין נײַע ביכער קלײַבן זיך די קופּערס נישט שרײַבן, ווײַל זיי גיבן איבער די “פֿאָן” פֿון זייער ייִדיש־בודיסטישער טעטיקייט צו זייערע תּלמידים, אַרײַנגערעכנט דעם מחבר פֿון די שורות.

אַחוץ דעם בכּבֿודיקן עלטער, לײַדט דוד קופּער פֿון אַן ערנסטן “פּאַרקינסאָן־סינדראָם”, וואָס קאָן שטאַרק שאַטן זײַן באַוווּסטזײַן. ס׳איז אַ ביטערע איראָניע, אַז אַ מענטש, וועלכער האָט במשך פֿון אַ סך יאָר דערקלערט זײַנע תּלמידים, ווי אַזוי צו אַנטוויקלען און פֿאַרשטאַרקן זייער שׂכל, איז קראַנק אויף אַזאַ מין מחלה. דערווײַל אָבער, באַטאָנט קופּער, אַז ער פֿילט זיך נישקשה. אַדרבה, ער באַטראַכט דעם דיאַגנאָז ווי אַ מתּנה פֿון הימל; אין אַן אינטערוויו מיטן “Forward”, האָט ער דערקלערט, וואָס ער פּלאַנירט ווײַטער צו טאָן אין זײַן לעבן.

קופּער האָט דערציילט, אַז ווען ער איז געווויר געוואָרן וועגן דעם דיאַגנאָז, האָט ער זיך דערפֿילט באַפֿרײַט; ער מוז נישט מער שרײַבן ביכער, אַרומפֿאָרן מיט לעקציעס און מעדיטאַציע־קלאַסן, אַרויסווײַזן אַ חכמה מיט חידושדיקע קאָמענטאַרן. אַ קראַנקער מענטש קאָן זיך מער פֿאָקוסירן אויף זײַן אייגן לעבן.

דער רבֿ ווייסט נישט, ווי אַזוי די קראַנקייט וועט זיך אַנטוויקלען אין דער צוקונפֿט. זײַנע לאַנג־יאָריקע מעדיטאַציע־איבונגען האָבן אים אָבער געהאָלפֿן צו זײַן גרייט צו וועלכע־ניט־איז צוקונפֿטיקע סיטואַציעס.

אין זײַן שמועס, האָט קופּער זיך דערמאָנט, אַז ווען ער האָט אָנגעהויבן זײַן טעטיקייט, האָבן זײַנע קריטיקער געטענהט, אַז בודיסטישע מעדיטאַציעס זענען אַ “גוייִשקייט” און דערצו האָבן זיי גאָרנישט קיין שײַכות צום לעבן פֿון אַ מערבֿדיקן ייִד. מיט דער צײַט, אָבער, האָבן זיך אַלץ מער מענטשן פֿאַראינטערעסירט מיט זײַנע מחשבֿות. הגם ער ווערט נאָך אַלץ קריטיקירן פֿאַרן אויסמישן פֿאַרשיידענע אמונה־טראַדיציעס, האָט ער זיך געגעבן פֿאַרשיידענע עצות, וואָס העלפֿן צו דערקלערן די ייִדיש־בודיסטישע קאָמבינאַציע פֿאַרן ברייטערן עולם. זײַן פֿרוי האָט אים געהאָלפֿן צו קאָמבינירן ייִדישקייט מיטן צוגאַנג פֿונעם “דרומדיקן” טהעראַוואַדאַ־בודיזם.

קופּער גלייבט, אַז די בודיסטיש־שטאַמיקע פּראַקטיקעס וועלן בלײַבן אַקטועל אין דער ייִדישער וועלט. הגם זיי וועלן לאַוו־דווקא בײַטן די וועלט און פֿאַרוואַנדלען מענטשן אין אויפֿגעלויכטענע באַשעפֿענישן, וואָס קאָנען “שפּאַצירן איבער וואַסער”, קאָנען זיי העלפֿן צו אַנטוויקלען אַן אַנדער וועלט־באַנעם און באַרויִקן דעם מענטש.