דאָס שווייצער ייִדישלענדל

Little Swiss Yiddishland

שׂרה קיריטעסקו פֿאַר אַ ייִדיש הויז אין לענגנוי מיט די כאַראַקטעריסטישע צוויי טירן
שׂרה קיריטעסקו פֿאַר אַ ייִדיש הויז אין לענגנוי מיט די כאַראַקטעריסטישע צוויי טירן

פֿון לייזער בורקאָ

Published January 07, 2014, issue of January 31, 2014.

די שווייץ איז באַקאַנט אין דער וועלט, דער עיקר, פֿאַר איר קעז און שאָקאָלאַד, אַמאָל אויך — פֿאַר אירע זייגערס. די נאַרטלער און אָנהענגער פֿון ווינטער־ספּאָרט ווייסן אויך, אַז ס’איז כּדאַי זיך צו גליטשן אין די שווייצער אַלפּן, און אונדזערע מיליאָנערן און פֿאַרשיידענע שווינדלער ניצן אויס די באַרימטע שווייצער בענק, אויסבאַהאַלטן דאָרט זייער געלט פֿונעם שטײַער־אַמט. אָבער חוץ דעם, ווייסט מען, געוויינטלעך, ניט מער וועגן דעם דאָזיקן קליינעם לענדל מיט 8 מיליאָן אײַנוווינער און 4 אָפֿיציעלע שפּראַכן.

אָבער אַפֿילו דאָס דערמאָנטע האָב איך ניט געוווּסט מיט 12 יאָר צוריק, ווען איך האָב צום ערשטן מאָל פּלאַנירט צו פֿאָרן אין דער שווייץ. איך האָב געקויפֿט אַ וועגווײַזער און, דער עיקר, געוואָלט זען די אַלטע קלויסטערס און מוזייען, די מיטל־עלטערלעכע קונסט און אַרכיטעקטור, וואָס ווערט דאָרט אַזוי גוט אָפּגעהיט ,אַ דאַנק דעם, וואָס די שווייץ האָט זיך ניט אַרײַנגעמישט אין קיין מלחמות שוין עטלעכע הונדערט יאָר. אַז דאָס לאַנד האָט אויך אַ שײַכות צו דער ייִדישער געשיכטע, און צו דער געשיכטע פֿון ייִדיש, האָב איך דעמאָלט קיין אַנונג ניט געהאַט. אָבער צום סוף, בין איך סײַ־ווי ניט געפֿאָרן, ווײַל איך האָב זיך יאָ דערוווּסט: די שווייץ איז זייער טײַער.

אין די לעצטע 12 יאָר איז די נסיעה ניט געוואָרן ביליקער — פֿאַרקערט, דער דאָלאַר איז נאָך מער געפֿאַלן; אָבער איך בין געוואָרן אַ ביסל רײַכער, כאָטש אינעם וויסן. איך האָב זיך אויסגעלערנט ייִדיש און אַנטדעקט פֿאַר זיך די טשיקאַווע געשיכטע פֿון די שווייצער ייִדן, וואָס האָבן נאָך גערעדט מערבֿ־ייִדיש ביז די 1950ער יאָרן.

אָנהייב 17טן יאָרהונדערט זײַנען די שווייצער ייִדן פֿאַרטריבן געוואָרן פֿון די שטעט און ס’איז זיי דערלויבט געוואָרן ווײַטער צו וווינען נאָר אין די דערפֿער ענדינגען און לענגנוי. אַזוי זײַנען די צוויי דערפֿער, וואָס ליגן אינעם זורבטאָל אפֿשר 40 מינוט פֿון ציריך, געוואָרן ייִדישע צענטערס, וווּ ס’רובֿ אײַנוווינער האָבן גערעדט ייִדיש. נאָר אין 1866 האָבן די ייִדן באַקומען דאָס רעכט צו וווינען ערגעץ אַנדערש, און אַ סך האָבן אָנגעהויבן זיך איבערציִען אין די שטעט, קיין ציריך און גענף. פֿון די אַמאָליקע 1500 זורבטאָלער ייִדן זײַנען הײַנט פֿאַרבליבן אפֿשר 20.

צוליב דעם איז אויך אונטערגעגאַנגען די מערבֿ־ייִדישע שפּראַך, כאָטש די שווייצער לינגוויסטן האָבן נאָך באַוויזן עס צו רעקאָרדירן פֿון די אַלטע דאָרפֿסלײַט אין מיטן 20סטן יאָרהונדערט. אַ ביסל קען מען הערן אויפֿן וועבזײַטל פֿונעם פֿאָנאָגראַם־אַרכיוו בײַם ציריכער אוניווערסיטעט (אונטער Surbtaler Jiddisch): //www.phonogrammarchiv.uzh.ch/aufnahmen/tonpublikationen.html

די שפּראַך קלינגט גאַנץ אַנדערש פֿון אונדזער מיזרח־ייִדיש, קודם־כּל, ווײַל מערבֿ-ייִדיש האָט געהאַט אַן אייגענע היסטאָרישע אַנטוויקלונג, אָבער אויך צוליב די השפּעות פֿון די אַרומיקע שווייצער דיאַלעקטן.

כאָטש ס’איז שוין קיינער ניטאָ אין ענדינגען און לענגנוי מיט וועמען כ’וואָלט געקאָנט זיך דורכשמועסן אויף ייִדיש, האָב איך שוין לאַנג געוואָלט באַזוכן יענע מקומות, און אַ חבֿר מײַנער, וואָס איך האָב איםגעקענט נאָר פֿונעם “פּנים־בוך‟, האָט עס דערמעגלעכט. מאַטעס לאַנדאָלט, אַ רעדאַקטאָר בײַם שווייצער־דײַטשן ווערטערבוך און אַ גרויסער ייִדיש־קענער, האָט מיך פֿאַרבעטן אַהין צו פֿאָרן מיט אים בשעת מײַן באַזוך אין ציריך. דערפֿאַר האָב איך מיט צוויי וואָכן צוריק, צוזאַמען מיט מאַטעס, מיט מײַן חבֿרטע שׂרה, און מיט איר טאַטן (וואָס נאָר ער האָט געקענט פֿירן אַן אויטאָ), סוף־כּל־סוף, געזען דאָס אַמאָליקע שווייצער ייִדישלענדל.

קודם־כּל, באַשטייט די אַנדערשקייט פֿון ענדינגען און לענגנוי אין דעם, וואָס אין מיטן דאָרף שטייט ניט קיין קלויסטער מיטן געוויינטלעכן גלאָקן־טורעם, נאָר אַ שיל. אמת, די שיל טראָגט אויך אַ גרויסן זייגער מיט אַ גלאָק, אָבער דאָס פּאַסט פֿאַר דער שווייץ. די ביידע שילן זײַנען זייער שיין רעמאָנטירט און רעסטאַוורירט געוואָרן אין אַ סטיל, וואָס שמעקט אַ ביסל מיט פּראָטעסטאַנטיזם (דער אַרכיטעקט איז דאָך געווען אַ קריסט). אין לענגנוי דאַוונט מען אין דער שיל בלויז איין מאָל אַ חודש, אין ענדינגען — נאָר איין מאָל אַ יאָר.

אינעם זורבטאָל בלײַבט נאָר איין ייִדישע משפּחה מיט קינדער: אסתּר און דוד קראַמער, וואָס זיי פֿירן אָן מיטן ייִדישן מושבֿ־זקנים “מאַרגאָאַ‟ אין לענגנוי. דער מושבֿ־זקנים איז געגרינדעט געוואָרן מיט איבער הונדערט יאָר צוריק מיט אַ בײַשטײַער פֿון דער באַרימטער שווייצער ייִדישער פֿאַמיליע גוגענהיים. הײַנט ציילט מען צווישן זײַנע 60 אײַנוווינער נאָר 8 ייִדן, אָבער פֿאָרט היט מען אָפּ כּשרות אין דער קיך און יעדן שבת מאַכט מען אַ מנין אינעם גרויסן זאַל — מיט דער הילף פֿון ייִדן פֿון דער אַרומיקער געגנט.

אַחוץ די קראַמערס דרײַ קינדער, איז ניטאָ קיין סימן פֿון אַ ייִדישער צוקונפֿט אין ענדינגען און לענגנוי. אָבער די היגע ניט־ייִדן ווייסן כאָטש אָפּצושאַצן זייער ייִדישע פֿאַרגאַנגענהייט: מען היט אָפּ די אַלטע ייִדישע הײַזער, וואָס מען קען אָפֿט דערקענען פֿון די צוויי טירן בײַם אַרײַנגאַנג. לויטן אַמאָליקן געזעץ האָבן די ייִדן און קריסטן ניט געטאָרט וווינען צוזאַמען, האָט מען זיך אַן עצה געגעבן מיט צוויי באַזונדערע טירן פֿאַר איין הויז: איין טיר פֿאַר די קריסטן און איינע — פֿאַר די ייִדן. דער אַלטער ייִדישער שול־בנין שטייט נאָך, און די מיקווה ווערט איצט רעמאָנטירט. דער בית־עולם, וואָס ליגט צווישן די צוויי דערפֿער, איז אין אַ רעלאַטיוו גוטן מצבֿ, מיט שיינע מצבֿות פֿונעם 17טן, 18טן, און 19טן יאָרהונדערט, צווישן זיי אָן אַ שיעור גוגענהיימס און דרייפֿוסעס.

די געשיכטע פֿון ענדינגען און לענגנוי איז אין תּוך אַ גליקלעכע, ווי ייִדן און קריסטן לעבן צוזאַמען בשלום אין משך פֿון הונדערטער יאָרן; די ייִדן זײַנען אַוועקגעפֿאָרן פֿרײַוויליק, כּדי צו פֿירן גרויסע געשעפֿטן אין ציריך און אין אַמעריקע. ס’איז זייער ווײַט פֿון די מיזרח־אייראָפּעיִשע שטעטלעך, וווּ די ערד איז דורכגעווייקט מיט ייִדיש בלוט פֿון די אַלע פּאָגראָמען און מלחמות. אין דער שווייץ זײַנען, ברוך־השם, ניטאָ קיין מלחמות. פֿון דעסטוועגן, לאָזט ניט אָפּ אַ מאָדנע געפֿיל: אַרומצוגיין אין אַ ייִדיש דערפֿל, צווישן ייִדישע הײַזער, וווּ אויף די גאַסן האָט אַ מאָל געקאָכט אַ ייִדיש לעבן, און ניט אָנטרעפֿן הײַנט אויף קיין ייִד ניט.