יונתן סאַרנאַ — בראָש די ייִדישע שטודיעס

Jonathan Sarna To Lead Jewish Studies Association

פֿון ייִט״אַ

Published January 07, 2014, issue of January 31, 2014.

פּראָפֿעסאָר יונתן סאַרנאַ
פּראָפֿעסאָר יונתן סאַרנאַ

יונתן סאַרנאַ, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון דער אַמעריקאַנער־ייִדישער געשיכטע בײַם בראָנדײַס־אוניווערסיטעט, איז אויסגעקליבן געוואָרן ווי דער נײַער פּרעזידענט פֿון דער „אַסאָציאַציע פֿאַר ייִדישע שטודיעס‟, בעת דער יערלעכער פֿאַרזאַמלונג פֿון דער דאָזיקער אָרגאַניזאַציע. ער וועט זײַן דער פֿערטער פּראָפֿעסאָר פֿונעם דאָזיקן אוניווערסיטעט אויף דער דאָזיקער שטעלע; אַמאָל האָט עס אויסגעפֿירט זײַן טאַטע, נחום סאַרנאַ.

אין זײַן רעדע, האָט סאַרנאַ דערקלערט, אַז ס׳איז פֿאַר אים אַ גרויסער כּבֿוד צו ווערן דער ראָש פֿון אַן אָרגאַניזאַציע, וואָס שפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אין דער צוקונפֿט פֿון די ייִדישע אַקאַדעמישע פֿאָרשונגען און בילדונג־פּראָגראַמען אינעם לאַנד. פּערזענלעך, האָט ער צוגעגעבן, „מיינט עס אַ סך פֿאַר מיר נאָכצוגיין מײַן טאַטנס פֿוסטריט‟.

סאַרנאַ איז דער הויפּט־היסטאָריקער בײַם „נאַציאָנאַלן מוזיי פֿון דער ייִדיש־אַמעריקאַנער געשיכטע‟ אין פֿילאַדעלפֿיע. ער איז אויך אַ דירעקטאָראַט־מיטגליד פֿון דער ייִט״אַ.

די „אַסאָציאַציע פֿאַר ייִדישע שטודיעס‟ איז געגרינדעט געוואָרן בײַם בראָנדײַס־אוניווערסיטעט, אינעם יאָר 1969, דורך אַ קליינער גרופּע אַקאַדעמישע פֿאָרשער, וועלכע האָבן געוואָלט שאַפֿן אַ ספּעציעלן פֿאָרום, כּדי צו באַטראַכטן די מעטאָדאָלאָגישע און פּעדאַגאָגישע פֿראַגעס פֿון ייִדישע שטודיעס. דער צוועק פֿון דער אַסאָציאַציע איז צו אַנטוויקלען די פֿאָרש־ און לערן־פּראָגראַמען פֿון ייִדישע ענינים אין די קאָלעדזשן, אוניווערסיטעטן און אַנדערע אַקאַדעמישע אַנשטאַלטן פֿון העכערער בילדונג, ווי אויך כּדי צו פֿאַרשפּרייטן צווישן דעם אַלגעמיינעם עולם די ידיעה וועגן דעם ענין פֿון ספּעציפֿיש ייִדישע שטודיעס.