רומענישער ייִדישער טעאַטער צעשטערט צוליב שניי

Historic Yiddish Theater in Romania Damaged by Snowstorm

דער מלוכישער ייִדישער טעאַטער אין בוקאַרעשט
Getty Images
דער מלוכישער ייִדישער טעאַטער אין בוקאַרעשט

Published January 30, 2014, issue of February 14, 2014.

איינער פֿון די עלטסטע ייִדישע טעאַטערס אין אייראָפּע — דער מלוכישער ייִדישער טעאַטער אין בוקאַרעשט — איז געשלאָסן געוואָרן נאָך דעם ווי דער דאַך איז אײַנגעבראָכן געוואָרן, ווי אַ פּועל־יוצא פֿון די שניישטורעמס, וואָס זענען לעצטנס באַפֿאַלן רומעניע.

„ס׳איז אַן אומגליק,‟ האָט די דירעקטאָרין פֿונעם טעאַטער, אַקטריסע מאַיאַ מאָרגענשטערן, געזאָגט בעת אַן אינטערוויו מיט דער „איי־פּי‟. „בערך 30% פֿונעם דאַך איז חרובֿ געוואָרן. די בינע איז איצט פֿאַרפֿלייצט פֿונעם צעשמאָלצענעם שניי, און דער קעלער, וווּ מיר האַלטן אַלע רעקוויזיטן, איז אויך פֿול מיט וואַסער.‟

„איך בין שטאַרק פֿאַרזאָרגט, ווײַל דער טעאַטער איז אַ היסטאָרישער מאָנומענט און זייער אַ וויכטיקער מיטל אויפֿצוהאַלטן די ייִדישע קולטור אין אייראָפּע,‟ האָט מאָרגענשטערן צוגעגעבן.

דער טעאַטער, וואָס פֿירט אויף פּיעסעס אויף ייִדיש, געפֿינט זיך אין צענטער פֿון בוקאַרעשט, אין אַ ראַיאָן, וווּ עס האָבן פֿאַרן חורבן און דער קאָמוניסטישער דיקטאַטור געוווינט מער ווי 300,000 ייִדן. ער איז געגרינדעט געוואָרן אין יאָר 1940, און האָט באַקומען אַ דערלויבעניש דורכצופֿירן פֿאָרשטעלונגען במשך פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה, באַזאָרגנדיק מיט אַרבעט די ייִדישע אַקטיאָרן און דראַמאַטורגן, וואָס מע האָט פֿאַרטריבן פֿון די אַנדערע קולטורעלע אינסטיטוציעס.

מאַיאַ מאָרגענשטערן באַקוקט דעם צעשטערטן דאַך פֿונעם טעאַטער, דעם 29סטן יאַנואַר 2014
Getty Images
מאַיאַ מאָרגענשטערן באַקוקט דעם צעשטערטן דאַך פֿונעם טעאַטער, דעם 29סטן יאַנואַר 2014

די רומענישע אינסטאַנצן האָבן צוגעזאָגט צו העלפֿן פֿאַרריכטן דעם בנין. „דער מלוכישער ייִדישער טעאַטער געפֿינט זיך נישט אונטער דער אויפֿזיכט פֿונעם מיניסטעריום, אָבער צוליב דעם וואָס ער איז אַ וויכטיקע קולטורעלע אינסטיטוציע, וועל איך זיך אונטערנעמען צו געפֿינען אַ לייזונג,‟ האָט דער קולטור־מיניסטער דזשידזשעל סטירבו געזאָגט דער נײַעס־אַגענטור „מעדיאַפֿאַקס‟.

צווישן 280,000 און 380,000 רומענישע און אוקראַיִנישע ייִדן זענען אומגעקומען אין רומעניע און אויף די טעריטאָריעס אונטער איר קאָנטראָל במשך פֿונעם פּראָ־נאַציסטישן רעזשים פֿון יאָן אַנטאָנעסקו, גיט איבער אַ קאָמיסיע פֿון אינטערנאַציאָנאַלע היסטאָריקער, מיטן נאָבעל־געווינער עלי וויזעל בראש. הײַנט באַשטייט די ייִדישע קהילה אין רומעניע פֿון בלויז 3,300 מענטשן, לויט דעם אָפֿיציעלן צענזוס.

די וואָך איז אויסגעפֿאַלן אַ גרויסער שניי אינעם דרום־מיזרחדיקן טייל פֿון לאַנד, וואָס צוליב דעם האָט מען געמוזט שליסן די שולן און שאָסייען, און אָפּשטעלן די באַנען.