ייִדן ניט דערמאָנט אין אייראָפּעיִשער חורבן־דעקלאַראַציע

Jews not mentioned in EU Holocaust Statement

די פֿאָרשטייערין פֿון דער אויסערן־פּאָליטיק בײַם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד, קאַטערין אַשטאָן
Getty Images
די פֿאָרשטייערין פֿון דער אויסערן־פּאָליטיק בײַם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד, קאַטערין אַשטאָן

פֿון ייִט״אַ

Published January 31, 2014, issue of February 28, 2014.

אַ פֿירער פֿון דער פֿלעמישער ייִדישער קהילה האָט קריטיקירט די פֿאָרשטייערין פֿון דער אויסערן־פּאָליטיק בײַם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד, קאַטערין אַשטאָן, פֿאַר בכלל נישט דערמאָנען די ייִדן אין אַן עפֿנטלעכער דערקלערונג וועגן דעם חורבן.

אין איר שריפֿטלעכער דערקלערונג פֿונעם 27סטן יאַנואַר, אינעם „אינטערנאַציאָנאַלן טאָג פֿאַר געדענקען דעם חורבן‟, האָט אַשטאָן „נישט באַשטעטיקט די אייגנאַרטיקייט פֿונעם נאַיציסטישן מאַסנמאָרד פֿון די ייִדן און די ראָמאַ [ציגײַנער]‟, האָט מיטוואָך באַמערקט רפֿאל ווערנער, דער פֿאָרזיצער פֿונעם „פֿלעמישן פֿאָרום פֿון ייִדישע אָרגאַניזאַציעס‟.

בעת זײַנע פֿאַרהאַנדלונגען מיטן פֿלעמישן ראַיאָן פֿון בעלגיע וועגן חורבן־אָנדענק פּראָיעקטן, האָט דער פֿאָרום נישט איין מאָל באַטאָנט, אַז די נאַציס האָבן ספּעציעל געצילעוועט זייערע רדיפֿות אויף די ייִדן און די ראָמאַ. די בעלגישע רעגירונג, דערקעגן, וויל גיכער באַטאָנען די „אוניווערסאַליסטישע‟ ווערטן פֿון דער טרויעריק־באַרימטער עפּאָכע.

אין איר דערקלערונג האָט אַשטאָן געשריבן: „מיר געדענקען יעדן איינעם, וועלכער איז ברוטאַל דערמאָרדעט געוואָרן אין דער סאַמע פֿינצטערער תּקופֿה פֿון דער אייראָפּעיִשער געשיכטע. מיר ווילן ספּעציעל באַערן די מענטשן, וועלכע האָבן מיט מוט און מסירת־נפֿש באַשיצט זייערע מיט־בירגער קעגן די רדיפֿות.‟

אַן עדיטאָריאַל אין דער „דזשערוסאַלעם פּאָסט‟ מיטוואָך האָט אויך שאַרף קריטיקירט אַשטאָנס לאַפּסוס: „איר אַרויסלאָזן דאָס וואָרט ׳ייִדן׳ האָט, ערשטנס, ריין־געוואַשן די אייראָפּעיִשע לענדער — נישט בלויז די דורכפֿירער פֿונעם גענאָציד, אָבער אויך די וועלכע האָבן קאָלאַבאָרירט אָדער פּראָפֿיטירט פֿון דער אינדוסטריעלער פֿאַרטיליקונג פֿון די ייִדן. צווייטנס, האָט זי, דורך געבן די חורבן־קרבנות אַנאָנימקייט, עס גרינגער געמאַכט פֿאַר די אַראַבער און מוסולמענער עס צו פֿאַרדייען, זינט זיי בונטעוועט זיך, געוויינטלעך, קעגן חורבן־אָנדענק צערעמאָניעס, אויס זאָרג, אַז דאָס באַטײַט אַ מיטגעפֿיל פֿאַר די ייִדן.‟