עלטסטע שיל אין פּאָרטוגאַל וועט ווערן אַ מוזיי

אַ גרופּע אַמעריקאַנער און פּאָרטוגעזישע פֿירער מעלדן וועגן דעם פּלאַן צו רעמאָנטירן אַ שיל אין דער שטאָט פּאָנטאַ דעלגאַדאַ
אַ גרופּע אַמעריקאַנער און פּאָרטוגעזישע פֿירער מעלדן וועגן דעם פּלאַן צו רעמאָנטירן אַ שיל אין דער שטאָט פּאָנטאַ דעלגאַדאַ

פֿון ייִט״אַ

Published February 05, 2014, issue of February 28, 2014.

אַ פּאָרטוגעזישע מוניציפּאַליטעט האָט לעצטנס אָנגעהויבן רעמאָנטירן די עלטסטע נאָך־שטייענדיקע שיל אין לאַנד, וואָס געפֿינט זיך אין סאַאָ־מיגעל, אין דער פּאָרטוגעזישער אינדזל־גרופּע אַזאָרעס.

דער רעמאָנט פֿון דער „סאַבאַר האַסאַמיין־שיל‟ האָט זיך אָפֿיציעל אָנגעהויבן מאָנטיק, דורך אַ צערעמאָניע, דורכגעפֿירט פֿון האָזע מאַנטעל באָליעראָ, דער בירגער־מײַסטער פֿון פּאָנטאַ דעלגאַדאַ, די קרוינשטאָט פֿון די אַאָרעס־אינדזלען, וואָס געפֿינט זיך אינעם אַטלאַטישן אָקעאַן, 900 מײַל מערבֿ פֿון ליזבאָן.

דער רעמאָנט פֿון דער סינאַגאָגע, וואָס איז געגרינדעט געוואָרן אָנהייב 19טן יאָרהונדערט, וועט קאָסטן בערך $290,000. די הוצאָות וועלן געדעקט ווערן דורך עטלעכע אָרגאַניזאַציעס אינעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד, וואָס גיבן זיך אָפּ מיט אויפֿהיטן היסטאָרישע מאָנומענטן.

די אַרבעט דאַרף פֿאַרענדיקט ווערן אין אַכט חדשים אַרום, האָט איבערגעגעבן דער טעלעוויזיע־קאַנאַל RTP. נאָכן רעמאָנט וועט די שיל פֿאַרוואַנדלט ווערן אין אַ מוזיי.

אויף דער צערעמאָניע איז אויך בײַגעווען אַ שטאַט־סענאַטאָר פֿון מאַסאַטשוסעטס, מײַק ראָדריגעז (אַ דעמאָקראַט), וועלכער איז שוין אַ לענגערע צײַט אַקטיוו אין דער אַרבעט פֿון דער אַמעריקאַנער „פֿונדאַציע פֿון דער אַזאָרעאַנער ייִדישער קולטור־ירושה‟, וואָס האָט געפֿירט אַן ענערגישע קאַמפּאַניע צו רעמאָנטירן די שיל.

דער שיל־מוזיי האָט געהאַט אַן אַקטיוון מנין ביז מיט 50 יאָר צוריק. איצט פּלאַנירט מען אויפֿצושטעלן אינעם בית־מדרש אַ ביבליאָטעק און גאַלעריע.

די שיל האָט אַמאָל געהערט צו דער ייִדישער קהילה אין ליזבאָן, אָבער אינעם יאָר 2009 האָט די קהילה איבערגעגעבן די פֿאַרמאָגערשאַפֿט פֿונעם בנין דער מוניציפּאַליטעט אויף 99 יאָר.

די אַזאָרעס, וואָס געפֿינען זיך צווישן אייראָפּע און אַמעריקע, האָבן אַמאָל צוגעצויגן אַ גרופּע ייִדישע משפּחות פֿון מאַראָקאַנער סוחרים, וועלכע האָבן גוט פֿאַרדינט, צוליב דעם סטראַטעגיש אָרט פֿון די אינדזלען, וואָס שייך אימפּאָרטירן און עקספּאָרטירן סחורה.

די פּאָרטוגעזישע טעלעוויזיע־סטאַנציע האָט די וואָך אויך איבערגעגעבן אַ צווייטע נײַעס אין שײַכות מיט ייִדן: די ייִדישע קהילה אין בעלמאָנטע, צפֿון־פּאָרטוגאַל, האָט בדעה צו עפֿענען אַ ייִדישן לערער־צענטער.