העכסטע געריכט בלאָקירט פֿאָנדן פֿאַר חרדישע ישיבֿות

Israeli High Court Freezes Funds to Haredi Yeshivas

Vos iz Neias

פֿון ייִט״אַ

Published February 06, 2014, issue of February 28, 2014.

דאָס ישׂראלדיקע העכסטע געריכט האָט בלאָקירט כּמעט 3 מיליאָן דאָלאַר פֿון די פֿאָנדן פֿאַר די חרדישע ישיבֿות, ביז די רעגירונג וועט נישט אויפֿהערן צו באַפֿרײַען די ישיבֿה־סטודענטן פֿון מיליטער, און וועט אָננעמען אַ נײַ געזעץ וועגן שטעלן די חרדישע בחורים צום פּריזיוו.

זינט מע האָט אָפּגעוואָרפֿן דאָס „טל־געזעץ‟ אין 2012, האָט דער שוץ־מיניסטעריום דערלויבט די חרדישע ישיבֿה־בחורים אָפּצולייגן דאָס דינען אין מיליטער.

אַ ספּעציעלער פּאַנעל האָט דינסטיק געפּסקנט, 8 קעגן 1, אַז מע זאָל אָפּשטעלן די מלוכישע פֿאָנדן פֿאַר אַלע ישיבֿות מיט בחורים צווישן 18 און 20 יאָר, וועלכע זענען זינט פֿאַראַיאָרן זומער גערופֿן געוואָרן זיך צו רעגיסטרירן צום מיליטער, אָבער האָבן עס נאָך אַלץ נישט געטאָן.

דער פֿינאַנץ־מיניסטער יאיר לפּיד האָט געזאָגט, אַז ער וועט תּיכּף אָפּשטעלן די פֿינאַנציעלע שטיצע פֿאַר די ישיבֿות. זײַן פּאַרטיי, „יש עתיד‟, האָט בעת דער לעצטער וואַל־קאַמפּאַניע, גערופֿן צו שאַפֿן אַ געזעץ וואָס פֿאָדערט, אַז אַלע ישׂראלדיקע בירגער זאָלן גענומען ווערן אין מיליטער. דאָס געזעץ האָט די פּאַרטיי אַ נאָמען געגעבן „לאָמיר זיך טיילן מיטן עול‟.

אָבער לויט אַ נײַעס־באַריכט אין Ynet, איז עס שוין צו שפּעט אָפּצושטעלן די פֿאָנדן פֿאַר דעם חודש, ווײַל מע האָט מאָנטיק שוין איבערגעפֿירט די פֿאָנדן פֿאַר פֿעברואַר.

דאָס „טל־געזעץ‟, וואָס דערלויבט די חרדישע בחורים אויסצומײַדן דאָס מיליטער, איז אָפּגעוואָרפֿן געוואָרן פֿונעם העכסטן געריכט אין פֿעברואַר 2012 און איז אין גאַנצן מבֿטל געוואָרן אין אויגוסט 2012.

אַ רעגירונג־קאָמיטעט, אָנגעפֿירט פֿון דער כּנסת־דעפּוטאַטין איילת שקד פֿון דער פּאַרטיי „ייִדישע היים‟, האַלט דערווײַל בײַם צונויפֿשטעלן אַ געזעץ, וואָס פֿאָדערט אַן אוניווערסאַל אַרמיי־דינסט. די לעגיסלאַציע האָט שוין דורכגעמאַכט די ערשטע רונדע אין דער כּנסת.

משה גפֿני, דער דעפּוטאַט פֿון דער חרדישער פּאַרטיי „יהדות התּורה המאוחדת‟, האָט באַצייכנט דאָס אָפּשטעלן די פֿאָנדן ווי „אַ מלחמה־דעקלאַראַציע קעגן דעם חרדישן עולם אין ישׂראל און איבער דער וועלט‟.