אוישוויץ־וועכטער אַרעסטירט

Suspected Auschwitz Guards Arrested

אפֿרים זוראָף, דער פֿאַרוואַלטער פֿונעם „וויזענטאַל־צענטער‟, טרעט אויף מיט דרײַ חדשים צוריק אין מינכן
Getty Images
אפֿרים זוראָף, דער פֿאַרוואַלטער פֿונעם „וויזענטאַל־צענטער‟, טרעט אויף מיט דרײַ חדשים צוריק אין מינכן

פֿון ייִט״אַ

Published February 23, 2014, issue of March 14, 2014.

דער „צענטער אויפֿן נאָמען פֿון שמעון וויזענטאַל‟ האָט געלויבט די דײַטשישע פּאָליציי פֿאַר אַן אַקציע קעגן, לכל־הפּחות, נײַן פֿאַרדעכטיקטע געוועזענע וועכטער פֿונעם קאָנצענטראַציע־לאַגער אין אוישוויץ. דרײַ פֿון זיי זענען אַרעסטירט געוואָרן דאָנערשטיק, דעם 20סטן פֿעברואַר, און זענען געבראַכט געוואָרן אין אַ תּפֿיסה לעבן שטוטגאַרט. בסך־הכּל, האָט מען אין סעפּטעמבער אָנגעהויבן אַן אויספֿאָרשונג איבער בערך 30 פֿאַרדעכטיקטע, נאָך אַן איניציאַטיוו פֿון דער דײַטשישער הויפּט־אינסטאַנץ פֿאַרן אויספֿאָרשן די נאַצי־פֿאַרברעכנס.

די פּרעסע האָט איבערגעגעבן, אַז דאָס איז די גרעסטע אַקציע קעגן די פֿאַרדעכטיקטע נאַצי־פֿאַרברעכער אין דײַטשלאַנד פֿאַר די לעצטע צענדליקער יאָר. דער פֿאַרוואַלטער פֿונעם „וויזענטאַל־צענטער‟, אפֿרים זוראָף, האָט באַגריסט די אַקציע און געבעטן די דײַטשישע פּאָליציי צו זוכן און באַשטראָפֿן ווײַטער די לעצטע פֿאַרמישטע אינעם חורבן.

די פּאָליציי פֿון באַדען־ווירטעמבערג האָט פֿאַרהאַלטן דרײַ עלטערע לײַט, פֿון 88 ביז 94 יאָר. מיטוואָך, דעם 19טן פֿעברואַר, האָט מען דורכגעפֿירט אַן אויסזוך אין זייערע היימען. מע איז חושד, אַז די אַרעסטירטע זענען געווען פֿאַרמישט אינעם מאָרד פֿון די אַסירים אין אוישוויץ. צוליב דעם שוואַכן געזונט־מצבֿ, וועלן זיי בלײַבן ביזן מישפּט אינעם טורמע־שפּיטאָל. צוויי פֿון די פֿאַרהאַלטענע זענען נישט בכּוח פֿאַרהערט צו ווערן.

אין אַ צאָל אַנדערע שטעט, האָט די פּאָליציי דורכגעפֿירט אַן אויסזוך אין די היימען פֿון נאָך עטלעכע פֿאַרדעכטיקטע, און קאָנפֿיסקירט געוויסע חפֿצים, וואָס ווײַזן אָן אויפֿן מעגלעכן שײַכות צו די נאַצי־פֿאַרברעכנס. לויטן רעפּאָרט פֿון דער צײַטונג „די וועלט‟, האָט איין 88־יאָריקער פֿאַרדעכטיקטער זיך מודה געווען, אַז ער איז געווען אין אוישוויץ, אָבער אָפּגעלייקנט דעם חשד, אַז ער איז געווען פֿאַרמישט אינעם פֿאַרטיליקן די אַסירים.

אינעם יאָר 2011, איז דזשאָן דעמיאַניוק פֿאַרמישפּט געוואָרן אין שײַכות מיטן מאַסן־מאָרד פֿון 30,000 טויזנט ייִדן אין סאָביבאָר. מיט אַ יאָר שפּעטער איז ער געשטאָרבן. דער דאָזיקער פּרעצעדענט האָט אָבער דערמעגלעכט צו מישפּטן אַלע געוועזענע וועכטער פֿון די נאַציסטישע טויט־לאַגערן.