ביטערע מחלוקת: אַ נײַע חסידישע קהילה אין די קאַטסקילס

Bitter Feud About Hasidic Development in the Catskills

דער בוי־אונטערנעמער, שלום לאַם
Martyna Starosta
דער בוי־אונטערנעמער, שלום לאַם

פֿון דזשאָש נייטאַן־קייזיס און מײַקל קאַפּלאַן (Forward)

Published February 25, 2014, issue of March 14, 2014.

בלומונגסבורג, נ״י. — איין אָוונט אין יאַנואַר האָט אַ פֿרומער ייִדישער בוי־אונטערנעמער מיטגעבראַכט אַ פּיסטויל צו אַ זיצונג פֿונעם פּלאַניר־ראַט פֿון מאַמאַקייטינג — אַ שטעטל אין די קעטסקיל־בערג, צפֿון־ניו־יאָרק.

דער פּיסטויל איז געהאָנגען אויף דער זײַט בײַ אַ זיכערהייט־וועכטער, וועלכער האָט באַגלייט דעם אונטערנעמער, שלום לאַם, צו דער זיצונג. די סיבה? לאַם ווייסט, אַז ער האָט אַ סך שׂונאים אין די קאַנטן. במשך פֿון די לעצטע 10 יאָר, האָט לאַמס פֿירמע אָפּגעקויפֿט אַ סך ערד אין מאַמאַקייטינג, אַרײַנגערעכנט אַ פֿליפֿעלד; אַ ליידיקער ראַיאָן צו בויען לוקסוס־הײַזער, און אַ בוי־פּראָיעקט אינעם דערפֿל, בלומינגבורג, וואָס לאַם האָפֿט וועט צוציִען טויזנטער חסידישע אײַנוווינער.

דער לעצטער פּלאַן האָט אַרויסגערופֿן אַ ביטערע מחלוקת אין מאַמאַקייטינג וועגן דער פֿראַגע פֿון שטעלעס, ייִדן און דעם מחוץ־שטאָטישן כאַראַקטער פֿון סאָליוואַן קאַונטי, וווּ דאָס שטעטל געפֿינט זיך. אָבער ביז יענעם אָוונט אין יאַנואַר האָט קיינער נישט געבראַכט קיין פּיסטויל צו די זיצונגען פֿונעם פּלאַניר־ראַט.

לאַם איז אַ מיטל־יאָריקער ייִד מיט אַ שוואַרצער יאַרמלקע, און דער זון פֿונעם אָנגעזעענעם געוועזענעם פּרעזידענט פֿון ישיבֿה־אוניווערסיטעט, נאָרמאַן לאַם. הײַיאָר אַרבעטן 175 בוי־אַרבעטער אונטער אים, בויענדיק 396 צוויי־שטאָקיקע הײַזער אין אַ פֿעלד אין בלומינגבורג.

דער סאַטמערער קהילה אין וויליאַמסבורג האָט זיך פֿאַראינטערעסירט אין דעם בוי־פּראָיעקט, ווײַל ס׳איז פּשוט נישט פֿאַרבליבן קיין אָרט פֿאַר די נײַע אײַנוווינער. הגם יעדעס הויז וואָס לאַם בויט, באַשטייט פֿון בלויז דרײַ שלאָפֿצימערן, וואָלט מען אויך געקאָנט פֿאַרוואַנדלען דעם „ביוראָ‟ און „געניטונג־צימער‟ אין שלאָפֿצימערן — פּערפֿעקט פֿאַר גרויסע חסידישע משפּחות.

טיק פּערסאָו, דער אייגנטימער פֿון אַ קליינעם רעסטאָראַן לעבן בלומינגבורג, זאָרגט זיך וועגן דעם פּלאַן. „די נײַע הײַזער וועלן אין גאַנצן בײַטן דעם לעבן־שטייגער פֿון בלומינגבורג,‟ האָט ער געזאָגט. „עס וועלן פֿאַרשווינדן די אַלטע פֿאַרמען, פֿאַרמהײַזער און פֿעלדער.‟

עס זעט אָבער אויס, אַז די פּראָטעסטן זענען נישט בלויז צוליב נאָסטאַלגיע. נישט ווײַט פֿונעם אָרט פֿונעם בוי־פּראָיעקט האָט עמעצער אַוועקגעשטעלט אַ ריזיקן הילצערנעם צלם. בײַ לאַם, איז עס אַ בולטער סימן פֿון אַנטיסעמיטיזם. „נישט איין מאָל האָט מען מיך שוין באַדראָט, סײַ פּנים־אל־פּנים, סײַ אויף דער אינטערנעץ,‟ האָט לאַם געזאָגט דעם Forward.

לכתּחילה האָט דער פּלאַן אויסגעזען אידעאַל, זאָגט לאַם. אָט איז געשטאַנען אַ גרויס, ליידיק פֿעלד; דאָס שטעטל האָט שוין געהאַלטן בײַם באַנקרוטירן, און זיך גענייטיקט אין אַ גרעסערן אָפּגאַנג־קאַנאַל, און לאַם איז געווען פֿול מיט אַמביציעזע פּלענער און טיפֿע קעשענעס. ער זאָגט, אַז ער האָט געוואָלט בויען אַ ריזיק גאָלף־פֿעלד מיט לוקסוס־הײַזער.

אָבער נאָך דעם עקאָנאָמישן קריזיס אין 2008 האָט ער זיך באַרעכנט, און אַנשטאָט אַ לוקסוס־קאָמפּלעקס האָט ער באַשלאָסן צו בויען פּשוטע הײַזער פֿון דרײַ, פֿיר אָדער פֿינף שטאָק. הגם ער פֿירט פֿאַרהאַנדלונגען מיט דער סאַטמערער קהילה, זאָגט ער, איז ער גרייט צו פֿאַרקויפֿן הײַזער אויך צו נישט־חסידים.

לויט אַ באַריכט וועגן דער מחלוקת אין דער אָרטיקער צײַטונג, „טײַמס העראַלד רעפּאָרט‟, האָט אַן אײַנוווינער, דוויין ראָו, געזאָגט זײַנע שכנים אין יאָר 2006, אַז לאַם בויט אַ פּריוואַטע געגנט פֿאַר פֿאַרמעגלעכע לײַט, וועלכע זוכן אַ צווייטע היים פֿאַר די סוף־וואָכן. זינט דעמאָלט האָבן לאַם און ראָו זיך צעקריגט, און לאַם האָט אים אָנגעקלאָגט אין געריכט. לאַם באַטאָנט, אַז ער האָט נישט געמאַכט קיין פֿאַלשע צוזאָגן.

דער סקאַנדאַל האָט זיך נאָך מער צעפֿלאַקערט דעם פֿאַרגאַנגענעם דעצעמבער, נאָך דעם ווי דער „העראַלד־רעקאָרד‟ האָט איבערגעגעבן, אַז בלומינגבורגס בירגער־מײַסטער, מאַרק בערענצען, און לאַמס פֿירמע האָבן אונטערגעשריבן אַ קאָנטראַקט — נאָך איידער דער פּלאַניר־ראַט פֿון בלומענגבורג האָט דערלויבט דעם בוי־פּראָיעקט; און לויט דעם אָפּמאַך, וואָלט לאַמס פֿירמע פֿאַרגרעסערט דעם אָפּפֿאַל־קאַנאַל, כּדי אַרײַנצונעמען דעם גרונט־אייגנס פֿונעם בירגערמײַסטער און זײַן משפּחה. די עקספּערטן, וואָס ווערן ציטירט אינעם אַרטיקל, האָבן באַטאָנט, אַז די אַקציעס פֿונעם בירגער־מײַסטער זעען אויס נישט־גלאַטיק.

מאַרק בערענצען האָט נישט געענטפֿערט אויף די אָנזאָגן, וואָס מע האָט איבערגעלאָזט אויף זײַן טעלעפֿאָן אין דער היים און אין זײַן ביוראָ.

דער גרויסער צלם שטייט פֿאַרן הויז פֿון דזשיימס און קאַטי דאַנזייסען. פֿרוי דאַנזייסען האָט געזאָגט דעם Forward, אַז צוליב דעם וואָס לאַם האָט אָפּגעקויפֿט אַזוי פֿיל פֿון דער הויפּטגאַס, זענען אַ סך קראָמען און הײַזער געשטאַנען ליידיק ניטלצײַט, האָט זי באַשלאָסן אויפֿצושטעלן אַ ריזיקן ניטלבוים און דעם צלם. זי האָט פּלאַנירט אַראָפּצונעמען דעם צלם נאָך ניטל, אָבער ווען זי האָט זיך דערוווּסט, אַז לאַם פֿירט פֿאַרהאַנדלונגען, כּדי אָפּצוקויפֿן דעם מעטאָדיסטישן קלויסטער אין דאָרף, האָט זי זיך באַרעכנט.

„כ׳האָב גאָרנישט קעגן די חסידים,‟ האָט זי געזאָגט. „די פּראָבלעם איז נאָר וואָס מע נעמט איבער דאָס גאַנצע שטעטל, און איצט וועלן מיר אַפֿילו נישט האָבן קיין קלויסטער.‟

ביל הערמאַן, איינער פֿון די קעגנער פֿון לאַמס בוי־פּראָיעקט, האָט געזאָגט, אַז די דאָרפֿסלײַט זענען נישט קעגן די ייִדן, נאָר קעגן די בוי־אונטערנעמער. אין 2003 האָט אַ יאַפּאַנישע שוועמל־פֿירמע פּלאַנירט צו בויען אַ ריזיקע פֿאַבריק אין מאַמאַקייטינג, וואָס וואָלט אָנגעשטעלט 210 מענטשן און אַרײַנגעבראַכט יעדעס יאָר 1 מיליאָן דאָלאַר שטײַערן, אָבער די אַנטי־אונטערנעמונג אַקטיוויסטן האָבן זיך שטאַרק אַנטקעגנגעשטעלט, זאָגנדיק, אַז עס וועט „בײַטן די אַטמאָספֿער פֿונעם שטעטל‟. מע האָט די פֿאַבריק טאַקע נישט געבויט.

הײַנט קעמפֿן די אַקטיוויסטן אויך קעגן אַ פּלאַן צו בויען אַ כינעזישן קאָלעדזש.

וואָס שייך די שטעלעס, וואָס לאַם זאָגט צו, האָט הערמאַן אויסגעדריקט ספֿקות. ווי אַ געוועזענער שרצים־טרײַבער, האָט הערמאַן פֿאַרבראַכט אַ סך צײַט אינעם סאַטמערער שטעטל, קרית־יואל, און ער זאָגט, אַז אַ סך פֿון די שטעלעס דאָרט פֿאַרנעמען די סאַטמערער אַליין.

הערמאַן לייגט פֿאָר אַן אַנדער מיטל צו ראַטעווען מאַמאַקייטינג: זאָל מען בויען קאַסינאָס, אַזוי ווי אין לאַס־וועגאַס. „דאָס וואָלט זיכער אַרײַנגעבראַכט אַ סך שטײַערן,‟ האָט ער געזאָגט.