אַנטיסעמיטיזם געשטיגן אין האָלאַנד

Antisemitism on Rise in Netherlands

די אַלטע „פּאָרטוגאַלישע שיל‟ אין אַמסטערדאַם
Wiki Commons
די אַלטע „פּאָרטוגאַלישע שיל‟ אין אַמסטערדאַם

פֿון ייִט״אַ

Published March 12, 2014, issue of March 28, 2014.

דער האַאַגער „צענטער פֿאַר אינפֿאָרמאַציע און דאָקומענטאַציע וועגן ישׂראל‟ (CIDI), אַ ייִדישע אָרגאַניזאַציע אין האָלאַנד, וואָס פֿירט אַן אויפֿזוכט איבער די אַנטיסעמיטישע אינצידענטן אינעם לאַנד, האָט איבערגעגעבן, אַז אינעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר איז זייער צאָל אויפֿגעשטיגן אויף 23 פּראָצענט, אין פֿאַרגלײַך מיט 2012. לויטן חשבון, פֿאַרעפֿנטלעכט דינסטיק, דעם 11טן מאַרץ, האָבן די האָלענדישע בירגער — צומאָל לאַוו־דווקא ייִדן — געליטן אין 2013 פֿון 147 רעקאָרדירטע אַנטיסעמיטישע אינצידענטן; מיט אַ יאָר פֿריִער, האָט מען באַקומען אַ ידיעה וועגן 114 פֿאַלן פֿון אַנטיסעמיטיזם.

די צאָל ווערטער־אַטאַקן איז אויפֿגעשטיגן פֿון 14 ביז 21. אין דרײַ פֿאַלן האָבן די אַטאַקירטע געליטן פֿון פֿיזישע אָנפֿאַלן, און אין איין פֿאַל — פֿון גוואַלד־דראָונגען. למשל, עמעצער האָט דערזען אַ מענטש אויף דער גאַס, מיינענדיק, אַז ער איז אַ ייִד, און האָט אים געזאָגט: „איך בין אַן איראַקער און איך האָב פֿײַנט ייִדן‟.

די צאָל אַנטיסעמיטישע אַקטן אין די האָלענדישע שולן איז אַרויף פֿון 5 ביז 11. אַזוי ווי מיט אַ יאָר פֿריִער, האָבן 8 אינצידענטן געהאַט צו טאָן מיט סיכסוכים צווישן די שכנים. אין צוויי פֿאַלן האָבן די ייִדישע ערטער געליטן פֿון וואַנדאַליזם. אַ גרויסע צאָל פֿון די באַשריבענע אינצידענטן זענען געווען בלויז ווי ווירטועלע אַטאַקן אויף דער אינטערנעץ, וואָס CIDI האָט פֿאַררעכנט ווי אַנטיסעמיטישע און אומגעזעצלעך־העסלעכע.

אַן אויסטערלישער אינצידענט איז געשען דעם 7טן יוני, 2013, אין אַ ראָטערדאַמער מושבֿ־זקנים. איינער פֿון די תּושבֿים האָט געוויזן אַ זקנה, וואָס ווווינט אינעם זעלבן הויז, אַ נאַצי־סאַלוט און געמאָלדן, אַז אַדאָלף הילטער, זײַן גוטער חבֿר, האָט פֿאַרגעסן זי אַרײַנצושיקן אין אַ גאַז־קאַמער. דערנאָך האָט ער זי אָנגעכאַפֿט בײַ איר באַצירונג מיט אַ מגן־דוד, צוגעצויגן צו זיך און געביסן. די עדות, וועלכע האָבן דערזען דעם אינצידענט, האָבן זיך פֿאַרבונדן מיט דער פּאָליציי; דער אַנטיסעמיטישער כיליגאַן האָט געבעטן בײַ דער פֿרוי מחילה פֿאַר זײַן ווילדן טאַט.