אוקראַיִנער ייִדן שטעלן רעקלאַמע אין „ניו־יאָרק טײַמס‟

Ukrainian Jews Post Full-Page Ad in New York Times

בעת די פּראָטעסטן אין אוקראַיִנע, האָבן די ייִדן און נאַציאָנאַליסטן מאַרשירט צוזאַמען
Getty Images
בעת די פּראָטעסטן אין אוקראַיִנע, האָבן די ייִדן און נאַציאָנאַליסטן מאַרשירט צוזאַמען

פֿון ייִט״אַ

Published March 28, 2014, issue of April 25, 2014.

אַ גרופּע פֿירער פֿון דער ייִדישער קהילה אין אוקראַיִנע האָט געשטעלט אַ פֿול־זײַטיקן עפֿנטלעכן בריוו אַדרעסירט צום רוסישן פּרעזידענט וולאַדימיר פּוטין אין דער „ניו־יאָרק טײַמס‟, באַשולדיקנדיק אים אין פֿאַרשפּרייטן ליגנס וועגן דעם אופֿן ווי אַזוי די מינאָריטעטן אין אוקראַיִנע, אַרײַנגערעכנט די ייִדן, ווערן דאָרט הײַנט באַהאַנדלט.

דער בריוו, וואָס איז אויך אַרויסגעשטעלט געוואָרן אין דער קאַנאַדער National Post, „האָרץ‟ און אין דער אינטערנאַציאָנאַלער אויסגאַבע פֿון דער „ניו־יאָרק טײַמס‟, איז אונטערגעשריבן געוואָרן דורך אַ ריי געשעפֿטסלײַט, באַקאַנטע פּאָליטישע פֿיגורן, אַקאַדעמיקער און קינסטלער. דער הויפּט־אונטערשרײַבער איז יאָזעף זיסעלס, דער פֿאָרזיצער פֿונעם „פֿאַרבאַנד פֿון ייִדישע קהילות און אָרגאַניזאַציעס אין אוקראַיִנע‟, אויך באַקאַנט ווי דער „וועד‟.

„די רוסיש־רעדנדיקע בירגער פֿון אוקראַיִנע ווערן נישט דערנידעריקט אָדער דיסקרימינירט, און מע האָט זייערע בירגערלעכע רעכט בכלל נישט באַגרענעצט,‟ איז געשטאַנען אין בריוו. „אײַער זיכערקייט וועגן דעם וווּקס פֿון אַנטיסעמיטיזם אין אוקראַיִנע שטימט נישט מיט די פֿאַקטן. אַ פּנים האָט איר פֿאַרפּלאָנטערט אוקראַיִנע מיט רוסלאַנד, וווּ די ייִדישע אָרגאַניזאַציעס האָבן במשך פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר יאָ באַמערקט אַ וווּקס פֿון אַנטיסעמיטיזם.‟

ווײַטער איז בריוו איז געשטאַנען: „יאָ, מיר ווייסן, אַז די פּאָליטישע אָפּאָזיציע און די כּוחות פֿון סאָציאַלע פּראָטעסטן, וועלכע זוכן ענדערונגען אין דער רעגירונג, באַשטייען פֿון כּלערליי אָרגאַניזאַציעס, אַרײַנגערעכנט נאַציאָנאַליסטישע, אָבער אַפֿילו די עקסטרעמסטע צווישן זיי דערוועגן זיך נישט אַרויסצוּווײַזן אַנטיסעמיטיזם אָדער אַנדערע מינים קסענאָפֿאָביע, און מיר ווייסן אויך, אַז די קליינע צאָל נאַציאָנאַליסטן צווישן אונדז ווערן גוט־קאָנטראָלירט דורך דער ציווילער געזעלשאַפֿט און דער נײַער אוקראַיִנישער רעגירונג — אַ זאַך וואָס מע זעט נישט בײַ די רוסישע נעאָ־נאַציס, וועלכע פֿילן זיך געמוטיקט דורך אײַערע זיכערהייט־אינסטאַנצן.‟