אַ סתּירותדיקע קראָם אין אַ ייִדישן ראַיאָן

Controversial Store in a Jewish Area

אַ רעקלאַמע פֿון דער נײַער קראָם אויפֿן „פֿייסבוק‟
אַ רעקלאַמע פֿון דער נײַער קראָם אויפֿן „פֿייסבוק‟

פֿון ייִט״אַ

Published April 18, 2014, issue of May 09, 2014.

אַ בריטישע אָרגאַניזאַציע, וואָס באַקעמפֿט אַנטיסעמיטיזם, האָט פּראָטעסטירט קעגן אַ געוויסער קליידונג־קראָם, וואָס געפֿינט זיך אין אַ לאָנדאָנער ראַיאָן מיט אַ גרויסער ייִדישער באַפֿעלקערונג און פֿאַרקויפֿט אַ געוויסן מין סחורה, וואָס איז באַזונדערס פּאָפּולער צווישן די נעאָ־נאַציסטן.

די לאָנדאָנער ייִדישע צײַטונג „דזשויִש קראָניקל‟ האָט דאָנערשטיק איבערגעגעבן, אַז נישט לאַנג צוריק האָט זיך אינעם ראַיאָן נאָרט־פֿינטשלי, גלײַך לעבן דעם ביוראָ פֿונעם בריטישן הויפּט־רבֿ, געעפֿנט אַ קראָם מיטן נאָמען „טאָר ווײַקינג‟, וווּ עס ווערט פֿאַרקויפֿט די סחורה פֿון דער פֿירמע „טאָר שטײַנער‟, וועלכע איז אַסאָציִיִרט מיט די נעאָ־נאַציסטישע באַוועגונגען אין אייראָפּע און אַרום דער וועלט.

אַן אַנאָנימער וואָרטזאָגער פֿון דער „אָרגאַניזאַציע פֿאַר קהילה־זיכערהייט‟ (CST) האָט געזאָגט אין אַ שמועס מיטן „קראָניקל‟, אַז אַזאַ קראָם איז אומגעוווּנטשן אין אַ ייִדישער געגנט און „דאַרף וואָס גיכער געשלאָסן ווערן‟. אַשלי ראָגאָף, אַ פֿאָרשטייערין פֿון דער בריטישער פֿונדאַציע „ים־ושם‟ פֿאַר חורבן־אָנדענק, האָט צוגעגעבן, אַז ס׳איז „זייער אַ געפֿערלעכער סימן‟, וואָס די ערשטע קראָם אין לאָנדאָן, וווּ עס ווערן פֿאָרקויפֿט די בגדים פֿון „טאָר סטײַנאַר‟, האָט זיך געעפֿנט דווקא אין אַזאַ ראַיאָן.

די אָרטיקע תּושבֿים האָבן באַמערקט, אַז דער אויסקלײַב פֿונעם אָרט איז „אַ בפֿירושע פּראָוואָקאַציע‟ און האָבן מורא, אַז דאָס נײַע געשעפֿט וועט צוציִען ראַסיסטישע כוליגאַנען צו דער געגנט. בען גליקמאַן, אַ 43־יאָריקער אײַנוווינער פֿון נאָרט־פֿינטשלי, האָט געטענהט, אַז די אָנווענזהייט פֿון אַזאַ קליידונג־קראָם, אינמיטן אַ פּראָמינענטער ייִדישער געגנט, איז „שענדלעך‟. דזשאָלט מאָדיאָראָדי, דער בעל־הבית פֿונעם געשעפֿט, האָט אָפּגעוואָרפֿן די טענות און דערקלערט, אַז ער האָט אויסגעקליבן אַזאַ פּלאַץ, ווײַל אין דער זעלבער געגנט וווינען מענטשן פֿון מיזרח־אייראָפּעיִשע לענדער, וואָס האָבן ליב די בגדים פֿון דער דערמאָנטער פֿירמע.