נײַער גײַסטיקער „ש״ס‟־פֿירער

New Spiritual Leader of Shas

הרבֿ שלום כּהן
Yonatan Sindel/Flash90
הרבֿ שלום כּהן

פֿון ייִט״אַ

Published April 20, 2014, issue of May 09, 2014.

די ישׂראלדיקע ספֿרדישע פּאַרטיי „ש״ס‟ האָט אויסגעקליבן איר נײַעם גײַסטיקן מנהיג — הרבֿ שלום כּהן. דער דאָזיקער רבֿ איז באַקאַנט מיט זײַן אויסגעשפּראָכענער פֿײַנטשאַפֿט צו מאָדערנע אָרטאָדאָקסטן און וועלטלעכע ישׂראלים צו גלײַך.

די ישׂראלדיקע מיליטערישע ראַדיאָ האָט איבערגעגעבן, אַז דאָנערשטיק, דעם 17טן אַפּריל, האָט „ש״ס‟ דורכגעפֿירט אַ צערעמאָניע אין בני־ברק און באַשלאָסן, אַז כּהן, וועלכער פֿירט אָן מיט דער ישיבֿה „פּורת יוסף‟, וועט ווערן דער נײַער פּרעזידענט פֿונעם וועד־הרבנים בײַ דער פּאַרטיי. פֿריִער האָט די דאָזיקע פּאָזיציע פֿאַרנומען הרבֿ עובֿדיה יוסף, וועלכער איז ניפֿטר געוואָרן מיט עטלעכע חדשים צוריק.

גלײַך נאָכן אויסגעקליבן ווערן ווי דער נײַער גײַסטיקער מנהיג פֿון דער פּאַרטיי, איז כּהן אויפֿגעטראָטן מיט אַ רעדע קעגן נישט־חרדישע ייִדן און קעגן די „עם־הארצים‟ פֿון דער רעליגיעז־ציוניסטישער פּאַרטיי „הבית היהודי‟ און פֿון יאיר לפּידס סעקולערער פּאַרטיי „יש עתיד‟. „זיי אַלע האָבן אונדז פֿײַנט‟, האָט ער דערקלערט און צוגעגעבן, אַז ס׳איז נישטאָ קיין חילוק צווישן די אָנהענגער פֿון די דאָזיקע צוויי פּאַרטייען. „דער אייבערשטער וויל, מיר זאָלן זיך דערווײַטערן פֿון זיי. זיי זענען דאָרט — מיר בלײַבן דאָ. זיי וועלן זיך פֿאַרנעמען מיט זייערע שטותים, און מיר וועלן ווײַטער לערנען די הייליקע תּורה‟.

כּהן, אַ נאָענטער חבֿר פֿון אַריה דרעי, דער פּאָליטישער פֿאַרוואַלטער פֿון דער „ש״ס‟־פּאַרטיי, האָט אינעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר געזאָגט, אַז די מאָדערנע רעליזיעזע ציוניסטן זענען „ממש עמלק‟. יאיר שרקי, אַן אַנאַליטיקער פֿונעם אַרמיי־ראַדיאָ, האָט באַמערקט, אַז לויט כּהנס ערשטער רעדע, זעט אויס, אַז ער האָט אַ שאַרפֿערן סעפּאַראַטיסטישן וועלט־באַנעם, אין פֿאַרגלײַך מיט עובֿדיה יוסף.

„ש״ס‟ פֿאַרנעמט איצט 11 פֿון 120 ערטער אין דער כּנסת, נישט זײַענדיק אַ טייל פֿון דער קאָאַליציע. דער פּראַגמאַטישער צוגאַנג צו אַזעלכע ענינים, ווי זיכערהייט, שלום, סאָציאַלע פֿאַרזיכערונג און אַנדערע נישט־רעליגיעזע פֿראַגעס, האָט פֿריִער דערמעגלעכט דער פּאַרטיי אַרײַנצוטרעטן סײַ אין די רעכטע, סײַ אין מער לינקע קאָאַליציעס, שטיצנדיק די מאַסיווע פּראָגראַם פֿון מלוכישע סובסידיעס פֿאַר פֿרומע משפּחות און בילדונג־אַנשטאַלטן. די פּאַרטיי איז געווען פֿאַרמישט אין אַ סך קאָרופּציע־סקאַנדאַלן, צוליב וועלכע אַ סך וועלטלעכע און מעסיק־רעליגיעזע ישׂראלים זענען געשטימט קעגן איר.

לפּידס פּאַרטיי „יש עתיד‟ איז געשטימט באַזונדערס שאַרף קעגן „ש״ס‟, און האָט געמאָלדן, אַז טאָמער „ש״ס‟ וועט אַרײַן אין דער קאָאַליציע, וועט זי אַוועקגיין פֿון דער רעגירונג.