ייִדן־האַס אויף איסלאַמישער קאָנפֿערענץ אין פֿרײַנקרײַך

Anti-Semitism Heard at Islamic Conference in France

Courtesy of ‏www.europe-israel.org

פֿון ייִט״אַ

Published April 27, 2014, issue of May 23, 2014.

בעת אַ וויכטיקער קאָנפֿערענץ וועגן איסלאַם אין פּאַריז, האָבן עטלעכע רעדנער אויסגעדריקט בולטע אַנטיסעמיטישע באַמערקונגען, האָט איבערגעגעבן אַ סאָציאָלאָג, וועלכער איז דאָרט בײַגעווען.

די רעדעס זענען פֿאָרגעקומען מיטוואָך, בעת דעם 31סטן קאָנגרעס פֿונעם „פֿאַראיין פֿון איסלאַמישע אָרגאַניזאַציעס אין פֿראַנקרײַך,‟ באַקאַנט ווי UOIF, האָט דער סאָציאָלאָג, מישעל טריבאַלאַט, געשריבן דאָנערשטיק אין דער פֿראַנצייזישער טאָג־צײַטונג „לע פֿיגאַראָ‟.

לויט אַ באַריכט אויף דער נײַעס־וועבזײַט www.europe-israel.org, למשל, האָט אַן אָנגעזעענער מוסולמענישער פֿירער פֿון זשענעווע, כאַסני ראַמאַדאַן, דערקלערט פֿאַר אַן עולם פֿון טויזנטער מענטשן: „דאָס גאַנצע שלעכטס אין דער וועלט שטאַמט פֿון די ייִדן און דעם ציוניסטישן באַרבאַריזם.‟

די יערלעכע קאָנפֿערענץ פֿון דער UOIF איז איינע פֿון די גרעסטע און פּראָמינענטסטע איסלאַמישע אונטערנעמונגען אין פֿראַנקרײַך.

ראַמאַדאַן האָט אויך פֿאַרדאַמט דעם פֿראַנצייזישן פּרעמיער, מאַנועל וואַלס, פֿאַר האָבן „עפֿנטלעך געטראָגן אַ יאַרמלקע‟ — בפֿרט, אַז וואַלס האָט באַשטעטיקט, אַז ער שטיצט דאָס פֿאַרווערן מוסולמענישע פֿרויען צו טראָגן אַ שלייער איבערן פּנים אין געוויסע עפֿנטלעכע ערטער.

כאַני ראַמאַדאַן איז אַ ברודער פֿון טאַריק ראַמאַדאַן, אַ שווייצער פּראָפֿעסאָר, וועלכן איז נישט דערלויבט אַרײַנצוקומען אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, צוליב זײַן פֿינאַנציעלער שטיצע פֿאַר געוויסע פּאַלעסטינער אָרגאַניזאַציעס, וועלכע ווערן באַצייכנט מצד דער אַמעריקאַנער רעגירונג פֿאַר טעראָריסטישע.

„אַנטקעגן די דאָזיקע אינטערנאַציאָנאַלע אינטריגעס פֿון דער ציוניסטישער מאַכט, בלײַבט בלויז איין פֿעסטונג: איסלאַם,‟ האָט כאַני ראַמאַדאַן געזאָגט.