דער ייִדישער זון פֿונעם רוסישן פּאָעט יעסענין

Russian Poet, Jewish Son

אַלכּסנדר יעסענין־וואָלפּין
אַלכּסנדר יעסענין־וואָלפּין

פֿון מישע כאַזין

Published May 11, 2014, issue of June 06, 2014.
די אָפֿיציעלע באַגריסונג פֿון באָסטאָנער מוניציפּאַליטעט: “דער מוניציפּאַל־ראַט פֿון באָסטאָן באַגריסט אַלכּסנדר יעסענין־וואָלפּין מיטן 90סטן געבורטסטאָג, ווי אַן אויסדרוק פֿון אָנערקענען זײַנע אַקאַדעמישע פֿאַרדינסטן און זײַן געטרײַער טעטיקייט לטובֿת מענטשנרעכט”
די אָפֿיציעלע באַגריסונג פֿון באָסטאָנער מוניציפּאַליטעט: “דער מוניציפּאַל־ראַט פֿון באָסטאָן באַגריסט אַלכּסנדר יעסענין־וואָלפּין מיטן 90סטן געבורטסטאָג, ווי אַן אויסדרוק פֿון אָנערקענען זײַנע אַקאַדעמישע פֿאַרדינסטן און זײַן געטרײַער טעטיקייט לטובֿת מענטשנרעכט”

די פּערזענלעכקייט פֿון אַלכּסנדר יעסענין־וואָלפּין איז אַזוי פֿילזײַטיק און טאַלאַנטפֿול, אַז נאָך בײַ זײַן לעבן איז וועגן אים געשאַפֿן געוואָרן אַ רײַכע ליטעראַטור אויף פֿאַרשידענע שפּראַכן. אינטערעסאַנט איז, אַז אין יעדן לאַנד ווערט באַטאָנט אַן אַנדערע דערגרייכונג זײַנע, צי ס’איז אין וויסנשאַפֿט, צי אין קונסט, צי אין די ספֿערן פֿון מענטשלעכן גײַסט און שׂכל. אין רוסלאַנד, למשל, דערמאָנט מען, קודם־כּל, אַז יעסענין־וואָלפּין איז אַ מאַטעמאַטיקער, דערנאָך — אַ פּאָעט, פֿילאָסאָף, און קעמפֿער פֿאַר מענטשנרעכט. אין אַמעריקע אָבער, ווערט דערהויבן זײַן הויכער טיטול פֿון אַ פּאָעט, און שוין דערנאָך — זײַנע מאַטעמאַטישע דערגרייכונגען.

איך וויל, חלילה, נישט פֿאַרמינערן זײַן אָרט אין וויסנשאַפֿט, בפֿרט אין מאַטעמאַטישער לאָגיק; כ’וועל נאָר דערמאָנען, אַז ס’האָט זיך אים אײַנגעגעבן צו לייזן אַזאַ מאַטעמאַטישע אויפֿגאַבע, וואָס צו געפֿינען אַן ענטפֿער אויף איר האָבן זיך געבראָכן דעם קאָפּ אַ סך מומחים, האַלטנדיק, אַז צו לייזן זי איז בכלל אוממעגלעך.

ס’איז דאָך נישט צופֿעליק, אַז ווען אין יאָר 1968 האָבן די „פּסיכיאַטערס‟ פֿון די זיכערהייט־אָרגאַנען געוואָלט אים פֿאַרשפּאַרן אין אַ דול־הויז, פֿאַר זײַן קאָמפּראָמיסלאָזן קאַמף לטובֿת מענטשנרעכט, האָבן זיך דערהערט קולות צו פֿאַרטיידיקן אים נישט בלויז מצד דער אָפּאָזיציע — קעמפֿער מיטן טאָטאַליטאַרן רעזשים, נאָר אויך פֿון די באַקאַנטע געלערנטע, וואָס בדרך־כּלל וואַרפֿן זיי זיך נישט אינעם פֿײַער פֿון פּאָליטישן שײַטער. 99 פֿירנדיקע סאָוועטישע מאַטעמאַטיקער האָבן זיך געוואָנדן מיט אַ פּראָטעסט־בריוו צום געזונטהייט־מיניסטער און דעם גענעראַל־פּראָקוראָר מיט דער פֿאָדערונג „אָנצונעמען אַלע מיטלען, אַז אונדזער קאָלעגע זאָל קאָנען אַרבעטן אין נאָרמאַלע באַדינגונגען‟.

יעסענין־וואָלפּינס דיכטונג איז נישט ווייניקער אייגנאַרטיק און אָריגינעל, ווי זײַנע וויסנשאַפֿטלעכע אַנטדעקונגען. זײַן פּאָעטישער סטיל און שאַפֿערישע מאַניר האָבן זיך אַנטוויקלט זעלבשטענדיק, פּונקט ווי דער אופֿן פֿון זײַן דענקען; מע קאָן אַפֿילו זאָגן, אָן שום ליטעראַרישער השפּעה פֿון זײַנע טאַלאַנטירטע עלטערן. זײַן טאַטע איז דאָך געווען איינער פֿון די פּאָפּולערסטע פּאָעטן אין רוסלאַנד, סערגיי יעסענין. אמת, דעם טאַטן האָט אַלכּסנדר נישט געקענט; ער איז דאָך געבוירן געוואָרן דעם 12טן מײַ 1924, אַ יאָר פֿאַר דעם, ווי סערגיי יעסענין איז אומגעקומען.