ירושלים — צופֿרידן, אָבער אָרעמער

Jerusalem: Satisfied, Yet Poorer

די יוגנט מערקט אָפּ דעם „יום ירושלים‟
Hadas Parush/Flash90
די יוגנט מערקט אָפּ דעם „יום ירושלים‟

פֿון ייִט״אַ

Published May 30, 2014, issue of June 20, 2014.

אַ דורכשניטלעכע משפּחה אין ירושלים איז אַ ביסל גרעסער, ווי אין די אַנדערע ישׂראלדיקע שטעט, און מער צופֿרידן מיטן לעבן, הגם די תּושבֿים פֿון דער שטאָט פֿילן זיך אָרעמער. אַזעלכע רעזולטאַטן האָט דער ישׂראלדיקער צענטראַלער ביוראָ פֿון סטאַטיסטיק פֿאַרעפֿנטלעכט אין שײַכות מיטן „יום ירושלים‟.

דער חילוק איז נישט אַזוי גרויס. 85 פּראָצענט אויסגעפֿרעגט ישׂראלים האָבן געזאָגט, אַז זיי פֿילן זיך צופֿרידן. אין ירושלים איז די צאָל געווען גרעסער אויף 3 פּראָצענט. נישט געקוקט אויף דעם, זענען 8,700 מענטשן אַוועקגעפֿאָרן פֿון ירושלים אין 2012 — דאָס לעצטע יאָר, וואָס די שטודיע האָט אַרײַנגענומען אין באַטראַכט. הגם די באַפֿעלקערונג פֿון דער הויפּטשטאָט איז געשטיגן במשך פֿונעם זעלבן יאָר אויף 12,400 נפֿשות, האָבן טוינזטער תּושבֿים זיך אַריבערגעקליבן אין אַנדערע ערטער — למשל, אין די חרדישע געגנטן פֿון בני־ברק און בית־שמש, אָדער תּל־אָבֿיבֿ.

בערך צוויי דריטל ירושלימער אײַנוווינער זענען ייִדן, און איין דריטל — אַראַבער. 28 פּראָצענט אויסגעפֿרעגטע האָבן געטענהט, אַז זיי „פֿילן זיך אָרעם‟ — אין פֿאַרגלײַך מיט ווייניקער ווי 10 פּראָצענט תּל־אָבֿיבֿער און חיפֿהר. כּמעט אַ העלפֿט פֿון דער אַראַבישער באַפֿעלקערונג פֿון דער שטאָט האָט זיך באַקלאָגט וועגן אָרעמשאַפֿט.

אַ דורכשניטלעך מיידל אין ישׂראל האָט חתונה בײַ 24 יאָר, און אַ מאַן — בײַ 27. אין ירושלים, איז דער געוויינטלעכער עלטער 21 יאָר פֿאַר כּלות און 24 — פֿאַר חתנים. אַ דורכשניטלעכע ישׂראלדיקע משפּחה האָט דרײַ קינדער, אָבער אין ירושלים — פֿיר. דער חילוק האָט צו טאָן מיט דעם, וואָס מער ווי אַ העלפֿט פֿון די ירושלימער ייִדן זענען פֿרומע און נאָך אַ פֿערטל האַלטן זיך פֿאַר „טראַדיציאָנעלע‟. מער ווי 50 פּראָצענט פֿון די אָרטיקע קינדער לערנען זיך אין די חרדישע שולן און ישיבֿות. אין דער פֿרומער סבֿיבֿה האָט מען חתונה, בדרך־כּלל, ייִנגער און מע האָט אַ סך קינדער.