די אָקופּירטע שטאָט אָדעס

The Occupied City of Odessa

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published June 01, 2014, issue of June 20, 2014.

דאָס בוך „אָדעס: דאָס לעבן אונטער דער אָקופּאַציע, 1941־1944‟
דאָס בוך „אָדעס: דאָס לעבן אונטער דער אָקופּאַציע, 1941־1944‟

די צװײטע װעלט־מלחמה בלײַבט אין רוסלאַנד עד־היום דאָס װיכטיקסטע היסטאָרישע געשעעניש. בעת די אָפֿיציעלע פּראָפּאַגאַנדע באַנוצט זיך מיט דער מלחמה־טעמע װי אַ געװער אינעם פּאָליטישן קאַמף קעגן דער ליבעראַלער אָפּאָזיציע, פֿירן די היסטאָריקער אַן ערנסטע פֿאָרשערישע אַרבעט איבער יענע פֿראַגעס, װאָס זײַנען געװען פֿאַרװערט אין דער סאָװעטישער צײַט. די סאַמע „גליטשיקע‟ פֿון זײ איז דער ענין, ווען די סאָװעטישע בירגער האָבן מיטגעאַרבעט מיט דעם שׂונא אױף די אָקופּירטע טעריטאָריעס. דאָס נײַע בוך „אָדעס: דאָס לעבן אונטער דער אָקופּאַציע, 1941־1944‟ (מאָסקװע, „ראָסספּען‟, אונטער דער רעדאַקציע פֿון פּראָפֿעסאָר אָלעג בודניצקי) שילדערט די טאָג־טעגלעכע װירקלעכקײט פֿון דער שטאָט אונטער דער רומענישער מיליטערישער שליטה.

די שטאָט אָדעס איז געװען אַ יוצא־דופֿן צװישן די סאָװעטישע שטעט אױף די גרױסע טעריטאָריעס, װאָס די רױטע אַרמײ האָט פֿאַרלױרן בעתן אָפּטרעטן אין די ערשטע חדשים פֿון דער מלחמה. נאָך דעם, װי די דײַטשישע אַרמײ האָט פֿאַרכאַפּט די שטאָט אין אָקטאָבער 1941, האָט היטלער זי איבערגעגעבן צו זײַן שותּף, דעם רומענישן דיקטאַטאָר אַנטאָנעסקו. אָדעס איז געװאָרן די הױפּטשטאָט פֿון טראַנסניסטריע, דער געגנט צװישן די טײַכן דנעסטער און דרום־בוג (דער דרומדיקער טײל פֿון פּאָדאָליע) — אַ מין רומענישע קאָלאָניע. אָבער אין אונטערשייד צו אַנדערע, קלענערע שטעט און שטעטלעך פֿון טראַנסניסטריע, װוּ די רומענער האָבן געמאַכט געטאָס פֿאַר אָרטיקע ייִדן און דערצו נאָך אַרײַנגעטריבן אַהין אױך ייִדן פֿון בעסאַראַביע און בוקאָװינע, איז אָדעס געװען „ייִדן־פֿרײַ‟. די רומענישע אַדמיניסטראַציע האָט דעפּאָרטירט בערך הונדערט טױזנט ייִדן אין אַ פּאָר דערפֿער, װוּ זײ זײַנען דערהרגעט געװאָרן דורך די רומענישע זעלנער און אָרטיקע דײַטשישע קאָלאָניסטן.

דאָס בוך נעמט אַרײַן דרײַ רוסישע מעמואַרן װעגן אָדעס אונטער דער רומענישער אָקופּאַציע. אײנער פֿון די מחברים, ניקאָלײַ פֿעװר, איז געװען אַ זשורנאַליסט פֿאַר דער בערלינער רוסישער צײַטונג. נאַטירלעך, אַז בעת דער מלחמה איז ער געװען אַ גרױסער אָנהענגער פֿונעם נאַצי־רעזשים. ער האָט געמאָלט דאָס לעבן אינעם אָקופּירטן סאָװעטן־פֿאַרבאַנד אין ראָזעװע פֿאַרבן. נאָך דער מלחמה האָט ער באַקומען אַ מקום־מיקלט אין אַרגענטינע, װוּ ער האָט פֿאַרעפֿנטלעכט זײַנע זכרונות. זײַן שטימונג האָט זיך אַ ביסל געביטן, אָבער זײַן סימפּאַטיע צו נאַציסטישער אידעאָלאָגיע, זײַן שׂנאה צו ייִדן און באָלשעװיקעס איז פֿאַרבליבן.