דער „וועלט־בעכער‟ מיט אַ ייִדישן טעם

A Jewish Flavor to the World Cup

מאַריאַנאָ שלעז (לינקס) און סאַלעם (לעבן אים), אין איינעם מיט זייערע אַסיסטענטן אינעם פּראָיעקט — מאַקסי קלײַן (רעכטס) און דאַמיען בעקער
Courtesy Paola Salem
מאַריאַנאָ שלעז (לינקס) און סאַלעם (לעבן אים), אין איינעם מיט זייערע אַסיסטענטן אינעם פּראָיעקט — מאַקסי קלײַן (רעכטס) און דאַמיען בעקער

פֿון ייִט״אַ

Published June 17, 2014, issue of July 04, 2014.

ווען אַרגענטינע שפּילט דעם חודש אין די מאַטשן אויפֿן טשעמפּיאָנאַט „וועלט־בעכער‟ אין בראַזיל, קען מען דערהערן מאַריאַנאָ שלעזס ענטוזיאַסטישע געשרייען, צווישן די קולות פֿון די אַנדערע צוקוקער. דאָס איז אָבער נישט זײַן איינציקער ציל אין קומען קיין בראַזיל.

שלעז, אַן אַרגענטינער ייִד, האָט אויך אָרגאַניזירט — אין איינעם מיט זײַן פֿרוי, סאַלעם — 14 „ייִדישע‟ אונטערנעמונגען אין די זיבן שטעט, וווּ די מאַטשן קומען פֿאָר. צווישן די אַקטיוויטעטן: אַ מערבֿ־מנין; אומפֿאָרמעלע פֿוסבאָל־מאַטשן שבת אויף דער פּלאַזשע; אַ הבֿדלה־צערעמאָניע שבת־צו־נאַכטס, און טורן איבער די ייִדישע היסטאָרישע ערטער אין בראַזיל. אַלע אונטערנעמונגען זענען בחינם. דער 38־יאָריקער שלעז און די 37־יאָריקע פּאַאָלאַ סאַלעם האָבן באַשלאָסן צו אָרגאַניזירן די אונטערנעמונגען דעם פֿאַרגאַנגענעם ווינטער, כּדי צונויפֿצוברענגען די ייִדישע באַזוכער פֿון דער וועלט, וועלכע קומען קיין בראַזיל צוליב דעם „וועלט־בעכער‟.

„כ׳האָב שטאַרק ליב פֿוסבאָל, כ׳שפּיל עס דאָס גאַנצע לעבן, און איך בין אַ פֿוסבאָל־טרענירער פֿאַר קינדער,‟ האָט שלעז געזאָגט פֿאַראַכטאָגן דאָנערשטיק נאָכן אָנקומען אין ריאָ דע זשאַנעראָ. „דאָ האָב איך געהאַט אַ געלעגנהייט צו פֿאַרבינדן מײַן ליבשאַפֿט צו פֿוסבאָל מיט מײַן איבערגעגעבנקייט צום ייִדישן פֿאָלק.‟

זײַנע פֿרײַנד, מאַקסי קלײַן און דאַמיען בעקער, זענען אויך געקומען פֿון אַרגענטינע, כּדי צו העלפֿן אָנפֿירן מיט די ייִדישע אַקטיוויטעטן. אַלע דרײַ אַרבעטן פֿאַרן בוענאָס־אײַרעסער צווײַג פֿון דער ייִדישער ספּאָרט־אָרגאַניזאַציע „מכּבי‟.

הגם סאַלעם איז געבליבן אין דער היים מיט זייערע צוויי קינדער, האָט זי איינע אַליין אָנגעפֿירט מיט די צוויי „פֿייסבוק‟־זײַטן פֿון זייער פּראָיעקט. איין זײַט הייסט „ייִדישע פֿוסבאָל־׳פֿאַנאַטיקער׳ פֿאָרן קיין בראַזיל אין 2014‟ און די צווייטע — די ייִדישע פֿאַרבינדונג בײַם ׳וועלט־בעכער׳ פֿון פֿוסבאָל 2014‟. גלײַכצײַטיק האָט זי אָנגעהאַלטן אַ כּסדרדיקן קאָנטאַקט מיט די ייִדישע אָרגאַניזאַציעס אין די זיבן בראַזיליאַנער שטעט — בעלאָ אָריזאָנטע, פֿאָרטאַלעזאָ, מאַנאַוס, פּאָרטאָ אַלעגרע, רעסיפֿע, ריאָ דע זשאַנעראָ און סאַאָ פּאַאָלאָ.

פֿוסבאָל־אָנהענגער פֿון בערך 20 לענדער האָבן זיך אויסגעביטן מיט אינפֿאָרמאַציע דורך די צוויי „פֿייסבוק‟־זײַטן וועגן די ייִדישע געשעענישן, ווי אויך אַנדערע וויכטיקע פֿראַגעס ווי, למשל, ווי אַזוי צו באַקומען בילעטן צום „וועלט־בעכער‟, און וועגן די ערטער, וווּ מע קען אײַנשטיין.

די מענטשן, וועלכע ווילן זיך באַטייליקן אין די ייִדישע אַקטיוויטעטן, מוזן זיך צו ערשט רעגיסטרירן, כּדי די זיכערהייט־באַאַמטע זאָלן וויסן ווער זיי זענען.

די הוצאָות פֿונעם פּראָיעקט זענען, צום טייל, געדעקט געוואָרן דורך אַ סובסידיע פֿון $5,000 מצד דער „פֿונדאַציע אויפֿן נאָמען פֿון טשאַרלס און לין שוסטערמאַן‟, אין אָקלאַהאָמע. אַ צאָל פֿירמעס — סײַ גרויסע, סײַ קליינע — האָבן מנדבֿ געווען געלט און פּראָדוקטן, בעת אַנדערע האָבן רעקלאַמירט די געשעענישן פֿרײַ פֿון אָפּצאָל. איין פֿירמע האָט געשטריקט 400 יאַרמלקעס, וואָס שלעז האָט אַוועקגעשאָנקען אויף איינער פֿון די שבתדיקע פֿאַרזאַמלונגען.

„די גאַנצע וועלט איז איצט פֿאָקוסירט אויף בראַזיל,‟ האָט דערקלערט סעט כּהן, דער דירעקטאָר פֿון פּראָיעקטן בײַ דער „שוסטערמאַן־פֿונדאַציע‟. „גלײַכצײַטיק ווילן מיר אויך ווײַזן דער וועלט די אָרטיקע ייִדישע קהילה.‟