איראַן און סאַודיע — קאָנפֿליקט אַרום איראַק

Iran and Saudi Arabia Clash on Iraq

שיִיִטן אין איראַק דערקלערן זייער גרייטקייט זיך אָנצושליסן אין די איראַקער זיכערהייט־כּוחות, צו באַקעמפֿן די סוניטישע מיליטאַנטן, וואס האָבן פֿאַרכאַפּט עטלעכע שטעט אין צפֿון־איראַק
Getty Images
שיִיִטן אין איראַק דערקלערן זייער גרייטקייט זיך אָנצושליסן אין די איראַקער זיכערהייט־כּוחות, צו באַקעמפֿן די סוניטישע מיליטאַנטן, וואס האָבן פֿאַרכאַפּט עטלעכע שטעט אין צפֿון־איראַק

Published June 19, 2014, issue of July 04, 2014.

בעת די סוניטישע מיליטאַנטן אין איראַק האָבן מיטוואָך געפּרוּווט זיך אַרײַנרײַסן אין דער גרעסטער נאַפֿט־ראַפֿינעריע אין לאַנד, האָט דער פּרעזידענט פֿון איראַן, איראַקס שכן, געוואָרנט, אַז זײַן לאַנד איז גרייט אַרײַנצומאַרשירן אין איראַק, כּדי צו פֿאַרטיידיקן די שיִיִטישע הייליקע ערטער.

צוליב דעם געפֿערלעכן מצבֿ אין לאַנד, האָבן עטלעכע אינטערנאַציאָנאַלע נאַפֿט־פֿירמעס — צווישן זיי: „עקסאָן מאָביל‟ און BP — שוין עוואַקויִרט זייערע אויסלענדישע אַרבעטער.

די סוניטישע מיליטאַנטן אין איראַק געהערן צו דער „איסלאַמישער מלוכה פֿון איראַק און סיריע‟ (ISIS), וואָס איר ציל איז אויפֿצושטעלן אַ סוניטישן קאַליפֿאַט.

רעאַגירנדיק אויף דער דראָונג פֿון איראַן, האָט דער סאַודישער אויסערן־מיניסטער סאַוּד אַל־פֿײַזאַל געוואָרנט טעהעראַן, אַז זי זאָל זיך נישט אַרײַנמישן. „איראַק ווערט באַדראָט פֿון אַ פֿולשטענדיקן בירגערקריג, וואָס קאָן ברענגען שרעקלעכע קאָנסעקווענצן פֿאַרן גאַנצן ראַיאָן,‟ האָט אַל־פֿײַזאַל באַטאָנט.

די האַרבע רעטאָריק מצד איראַן און סאַודיע ווײַזט, אַז די צוויי לענדער האָבן דערווײַל איבערגעריסן זייערע פּלענער צו פֿירן פֿאַרהאַנדלונגען, כּדי אָפּצושוואַכן די פֿײַנטלעכע שטימונג צווישן זיי. דער שיִיִטישער איראַן און די סוניטישע סאַודיע פֿירן שוין פֿון לאַנג אַ קאָנקורענץ, ווער ס׳וועט דרייען דאָס רעדל אינעם מיטעלן מיזרח.

זינט די סוניטישע מיליטאַנטן האָבן פֿאַרכאַפּט גרויסע שטחים לאַנד אינעם צפֿונדיקן טייל פֿון לאַנד, האָט דער איראַקער פּרעמיער נורי אַל־מאַליקי, אַן אַליִיִרטער מיט איראַן, גערופֿן זײַנע סוניטישע קעגנער זיך אָנצושליסן אין זײַן שיִיִטיש־קאָנטראָלירטער רעגירונג.

מאַליקי און אַ צאָל איראַנישע הויכע באַאַמטע האָבן שוין חדשים לאַנג באַשולדיקט סאַודיע און די אַנדערע אַראַבישע גאָלף־לענדער אין פֿינאַנצירן ISIS, אָבער דער סאַודישער פּרינץ האָט באַשולדיקט מאַליקי אינעם איראַקער קריזיס, צוליב דער יאָרן־לאַנגער „סעקטאַרישער און אויסשליסנדיקער פּאָליטיק‟ פֿון זײַן רעגירונג קעגן דער סוניטישער מינאָריטעט אין איראַק.