אַ ייִדישער דעפּוטאַט אַטאַקירט אין קיִעוו

Jewish Lawmaker Menaced in Kiev

אַלכּסנדר פֿעלדמאַן
אַלכּסנדר פֿעלדמאַן

פֿון ייִט״אַ

Published June 24, 2014, issue of July 18, 2014.

אַלכּסנדר פֿעלדמאַן, דער פּרעזידענט פֿונעם אוקראַיִנישן „ייִדישן קאָמיטעט‟ און אַ דעפּוטאַט פֿונעם פּאַרלאַמענט, האָט איבערגעגעבן, אַז די פֿאַרגאַנגענע וואָך, דעם 17טן יוני, האָט אַ גרופּע אומבאַוווּסטע פּאַרשוינען געדראָט אים מיט אַנטיסעמיטישע אויסגעשרייען אויף דער גאַס אינעם צענטראַלן ראַיאָן פֿון קיִעוו.

יעווגעני דאָלינסקי, דער דירעקטאָר פֿונעם אוקראַיִנישן „ייִדישן קאָמיטעט‟, האָט איבערגעגעבן דער ייִט״אַ, אַז אין זײַן פּאָליציי־אָנקלאָג האָט פֿעלדמאַן דערציילט, ווי די אָנפֿאַלער האָט אַרומגערינגלט זײַן אויטאָ. ווען ער האָט געפּרוּווט אַוועקצופֿאָרן, האָבן זיי דורכגעשטאָכן די רעדער. ווען די פּאָליציי איז געקומען, זענען זיי אַנטלאָפֿן.

דאָלינסקי האָט דערקלערט, אַז בעתן אַטאַק האָט פֿעלדמאַן זיך געפֿונען מיט זײַן לײַבס־וועכטער, וועלכער האָט אים באַשיצט. אַחוץ די געשרייען און צעשעדיקטע רעדער, איז קיינער נישט פֿאַרוווּנדעט געוואָרן בעת דעם אינצידענט, וועלכער איז געשען אויף דער גאַס אינסטיטוצקאַיאַ, לעבן דעם בנין פֿונעם אוקראַיִנישן פּאַרלאַמענט.

פֿעלדמאַן, וואָס טראָגט אַ יאַרמלקע און האָט געגרינדעט דעם יערלעכן צווישן־רעליגיעזן פֿאָרום אין קיִעוו, איז איינער פֿון די פּראָמינענטסטע אוקראַיִנישע ייִדן. בדרך־כּלל, זענען אַנטיסעמיטישע אינצידענטן אַ זעלטנקיין אין דער הײַנטיקער אוקראַיִנע, בפֿרט אין קיִעוו. עטלעכע אָנפֿאַלן אויף ייִדן זענען אָבער אויסגעבראָכן אין די לעצטע חדשים, נאָך די רעוואָלוציאָנערע אומרוען, בעת וועלכע עס זענען אומגעקומען עטלעכע הונדערט מענטשן און דער געוועזענער פּרעזידענט, וויקטאָר יאַנוקאָוויטש, איז אַנטלאָפֿן קיין רוסלאַנד.

דעם פֿאַרגאַנגענעם חודש, האָט אַ גרופּע באַוואָפֿנטע מענער אין מאַסקעס געדראָט צו פֿאַרברענען דאָס הויז הרבֿ יעקבֿ־דובֿ בלײַך, איינער פֿון די אוקראַיִנישע הויפּט־רבנים. בלײַך, דער פּרעזידענט פֿון דער אוקראַיִנישער „ייִדישער קאָנפֿעדעראַציע‟, איז דעמאָלט געווען אין אַן אַנדער לאַנד. די אָנפֿאַלער האָבן נישט געבראַכט קיין ערנסטן היזק.