נתניהו באַזײַטיקט דעם וויצע־שוץ־מיניסטער

Netanyahu Fires Deputy Defense Minister

דני דנון
Getty Images
דני דנון

פֿון ייִט״אַ

Published July 17, 2014, issue of August 01, 2014.

דער ישׂראלדיקער פּרעמיער בנימין נתניהו האָט דינסטיק באַזײַטיקט דעם וויצע־שוץ־מיניסטער, דני דנון, פֿון זײַן פּאָסטן, נאָך דעם ווי דנון האָט עפֿנטלעך פֿאַרדאַמט דעם באַשלוס פֿונעם ישׂראלדיקן קאַבינעט צו שטיצן אַ פֿײַער־איבעררײַס מיט „כאַמאַס‟.

„בעת די ישׂראלדיקע רעגירונג און צה״ל פֿירן דורך אַ מיליטערישע קאַמפּאַניע קעגן די טעראָריסטישע אָרגאַניזאַציעס, כּדי אָנצוהאַלטן די זיכערהייט פֿון די ישׂראלדיקע בירגער, טאָר דער וויצע־שוץ־מיניסטער נישט קריטיקירן שאַרף די פֿירערשאַפֿט פֿונעם לאַנד אין שײַכות מיט דער קאַמפּאַניע,‟ האָט נתניהו דערקלערט.

דנון וועט אָבער ווײַטער דינען ווי אַ כּנסת־דעפּוטאַט פֿון „ליכּוד‟.

נתניהו און דנון האָבן שוין פֿריִער זיך געאַמפּערט איבער דער צוקונפֿט פֿון באַציִונגען צווישן ישׂראל מיט די פּאַלעסטינער. ווי אַ האַרט־ליניקער נאַציאָנאַליסט, האָט דנון נישט איין מאָל דערקלערט, אַז ער איז אין גאַנצן קעגן דעם גרינדן אַ פּאַלעסטינער מדינה; אַז ישׂראל דאַרף אײַנכאַפּן אַלץ מער טעריטאָריע פֿונעם מערבֿ־ברעג, און אַז די פֿאַרבליבענע טעריטאָריע זאָל ווערן אַ טייל פֿון יאָרדאַניע. אַ צאָל אָנהענגער פֿון „ליכּוד‟ זענען מסכּים מיט אים.

נאָך זײַן באַזײַטיקונג, האָט דנון אַרויסגעלאָזט זײַן אייגענע דערקלערונג: „דער פּרעמיער האָט נאָכגעגעבן [דעם פּרעזידענט פֿונעם פּאַלעסטינער אינסטאַנץ, מאַכמוד אַבאַס], ווען ער האָט מסכּים געווען צו באַפֿרײַען מערדער פֿון תּפֿיסה, בלויז כּדי אָנצוהאַלטן די פֿאַרהאַנדלונגען מיט די פּאַלעסטינער; ווען ער האָט נישט רעאַגירט גענוג שטאַרק נאָך דעם ווי אונדזערע דרײַ בחורים זענען ברוטאַל דערהרגעט געוואָרן, און ווען ער האָט הײַנט אין דער פֿרי מסכּים געווען אויף אַ פֿײַער־איבעררײַס מיט ׳כאַמאַס׳, וואָס שוואַכט אָפּ ישׂראל. איך האָב נישט געקאָנט אָננעמען די דערשלאָגענע אַטמאָספֿער וואָס באַהערשט לעצטנס דעם קאַבינעט, און איך וועל נישט מקריבֿ זײַן מײַנע ווערטן, בלויז כּדי צו בלײַבן בײַם אַמט.‟