פֿעסטיוואַל געווידמעט ייִדישע מאכלים

Festival of Jewish Food in Manhattan

בען קאַלאָס, אַ מיטגליד פֿונעם ניו־יאָריקער שטאָט־ראָט, באַווײַזט די באַקאַנטע באַבקע פֿון „ברויט־בעקערײַ‟
Ben Kallos
בען קאַלאָס, אַ מיטגליד פֿונעם ניו־יאָריקער שטאָט־ראָט, באַווײַזט די באַקאַנטע באַבקע פֿון „ברויט־בעקערײַ‟

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published July 30, 2014, issue of August 15, 2014.

אין אַ זומערטאָג לעצטנס, אינעם סאַמע־האַרץ פֿון מאַנהעטן, האָט מען געקענט פֿאַרזוכן ייִדישע מאכלים פֿון אַ טוץ פֿאַרשידענע רעסטאָראַנען, גלײַך אויף דער גאַס, ווי אויך זיך צוהערן צו קלעזמער־ און דזשעז־מוזיק מיט אַ ייִדישן טעם.

די סיבה דערפֿון איז געווען אַ פֿעסטיוואַל און גאַסן־יאַריד, אָרגאַניזירט דורכן „אַרבעטער־רינג‟ מיטן נאָמען „דער טעם פֿון דער ייִדישער קולטור‟, וואָס איז פֿאָרגעקומען זונטיק, דעם 27סטן יולי. דער ייִדישער פֿעסטיוואַל, וואָס האָט איבערגענומען אַ גאַנצן קוואַרטאַל פֿונעם בכּבֿודיקן מעדיסאָן־עוועניו, איז געווען אַ טייל פֿון אַ גרעסערן פֿעסטיוואַל. ניט געקוקט אויף דעם אומאָנגענומענעם פֿײַכטן וועטער, זענען טויזנטער מענטשן געקומען, כּדי צו פֿאַרזוכן די מאכלים און געניסן פֿונעם „טעם פֿון דער ייִדישער קולטור‟.

צווישן די פּאָפּולערסטע פֿאַרקויפֿער זענען געווען די Brooklyn Seltzer Boys (ברוקלינער זעלצער־ייִנגלעך) און Breads Bakery (די ברויט־בעקערײַ). די „זעלצער־ייִנגלעך‟ האָבן פֿאַרקויפֿט זייערע אַלט־מאָדישע „אייער־קרעמס‟, צוגעגרייט גלײַך אויף דער גאַס מיט זעלצער פֿון אַ האַרטן גלעזערנעם פֿלעשל, וואָס דערמאָנט אין די אַמאָליקע „סאָדע־פֿאָנטאַנען‟ אין ניו־יאָרק מיט זעכציק יאָר צוריק. די „ברויט־בעקערײַ‟, וואָס געפֿינט זיך אויף דער 16טער גאַס (אַגבֿ, ניט ווײַט פֿונעם „ייִוואָ‟), האָט פֿאָרגעשטעלט אַ ריי פּראָדוקטן ווי חלה, ייִדיש קאָרן־ברויט און ראָגעלעך. די בעקערײַ איז אָבער צום מערסטנס באַקאַנט צוליב איר וווּנדערלעכער באַבקע, וואָס, צוזאַמען מיט דער באַבקע פֿון „גרינס בעקערײַ‟ אין וויליאַמסבורג, ווערט אָפֿט פֿאַררעכנט ווי די סאַמע־בעסטע באַבקע אין ניו־יאָרק. די באַבקע איז געווען, פֿאַרשטייט זיך, דאָס סאַמע פּאָפּולערסטע מאכל בײַם פֿעסטיוואַל.

בשעת די באַזוכער האָבן געגעסן און זענען אַרומגעגאַנגען פֿון איין בודקע צו אַן אַנדערער, האָבן די קאַפּעליעס Paul Shapiro‘s Ribs and Brisket Revue (פּאָול שאַפּיראָס ריפּן און רינדערברוסט־רעוויו) און Howard Leshaw‘s Yiddish Swing Band (האַואַרד לעשאַוס ייִדישע סטרונע־קאַפּעליע) פֿאַרווײַלט דעם עולם מיט אַ געמיש פֿון קלעזמער, דזשעז־נוסחאָות פֿון ייִדישע לידער און פּאָפּולערע אַמעריקאַנער לידער.

ווען די קאַפּעליעס האָבן געמאַכט זייערע הפֿסקות, האָט דער „אַרבעטער־רינג‟ פֿאָרגעשטעלט פֿאַרשידענע רעדנער, וואָס האָבן דערקלערט וועגן די צילן פֿון דער אָרגאַניזאַציע. צווישן זיי האָט אַ ייִנגל פֿון אַכט יאָר גערעדט וועגן דעם פּראָיעקט פֿון זײַן קלאַס בײַ דער „אַרבעטער־רינג־שול‟ צו צווינגען דעם „גיך־עסן‟ רעסטאָראַן „ווענדיס‟ (Wendy‘s) אונטערצושרײַבן אַן אָפּמאַך, וואָס וועט פֿאַרזיכערן אַז די אַרבעטער אין פֿלאָרידע, וואָס קלײַבן טאָמאַטן, זאָלן באַקומען אַ בעסערן לוין און זיכערע אַרבעטס־באַדינגונען. דער קלאַס פֿון דער „אַרבעטער־רינג שול‟ פּרובירט צו באַווירקן „ווענדיס‟ דורך פּראָטעסטן פֿאַר זייערע רעסטאָראַנען, און דורך אַ פּעטיציע, וואָס דאָס ייִנגל האָט געבעטן, אַז דער עולם זאָל אונטערשרײַבן. דער „אַרבעטער־רינג‟ האַלט אַזעלכע אַקטיוויסטישע פּראָיעקטן לטובֿת דער סאָציאָלער גערעכטיקייט, ווי אַ טייל פֿון די ייִדישע ווערטן פֿון „תּיקון עולם‟.