סײַמאָן קאַועל ווערט קריטיקירט פֿאַר שיינער מתּנה צו צה״ל

Simon Cowell Criticized for Generous Gift to IDF

פֿון ייִט״אַ

Published July 31, 2014, issue of August 15, 2014.

סײַמאָן קאַועל (לינקס) מיט זײַן געליבטער, לאָרען סילווערמאַן
סײַמאָן קאַועל (לינקס) מיט זײַן געליבטער, לאָרען סילווערמאַן

סײַמאָן קאַועל, אַ בריטישער ריכטער פֿון דער רעאַליטעט־פּראָגראַם „אַמעריקאַנער אײַדאָל‟, איז שאַרף קריטיקירט געוואָרן דורך דער אינטערנעץ פֿאַר שענקען די „פֿרײַנד פֿון צה״ל‟ אַ בײַשטײַער פֿון $150,000.

קאַועל האָט געגעבן דעם בײַשטײַער בעת אַ גאַלאַ־באַנקעט אין בעווערלי־הילס, לכּבֿוד דער אָרגאַניזאַציע אין אָקטאָבער 2013.

לויט אַ באַריכט אין Ynet, האָבן אַ צאָל פּראָ־פּאַלעסטינער לײַט געשיקט פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון טויטע פּאַלעסטינער קינדער אין עזה צו קאַועלס „טוויטער‟־קאָנטע.

אַנדערע „טוויטס‟ האָבן באַשולדיקט קאַועל אין האָבן „בלוט אויף דײַנע הענט‟ און אין „פֿאָלגן די באַפֿעלן פֿון דײַנע באַלעבאַטים אין תּל־אָבֿיבֿ‟.

קאַועל איז אַ קריסט, אָבער זײַן פֿאַרשטאָרבענער טאַטע, עריק, איז געווען אַ ייִד. קאַועלס געליבטע, לאָרען סילווערמאַן, וואָס ער האָט מיט איר לעצטנס געהאַט אַ קינד, איז אויך אַ ייִדישע.

די „פֿרײַנד פֿון צה״ל‟, אַ נישט־פּראָפֿיט אָרגאַניזאַציע, וואָס איר הויפּטקוואַרטיר געפֿינט זיך אין ניו־יאָרק, זאַמלט מיליאָנען דאָלאַר צו שטיצן נישט־מיליטערישע בענעפֿיטן פֿאַר די ישׂראלדיקע סאָלדאַטן, אַרײַנגערעכנט דאָס בויען אײַנריכטונגען, וווּ זיי קענען מאַכן פֿיזישע געניטונגען; פֿאַרשידענע מינים קלאַסן, און פֿינאַנציעלע שטיצע.

די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָבן אויך אַנדערע האָליוווּד־פּערזענלעכקייטן אויסגעדריקט זייער שטיצע פֿאַר ישׂראל. צוויי קאָמיקער, דזשאָון ריווערס און האַוערד סטערן, האָבן פֿאַרדאַמט די פּראָ־פּאַלעסטינער שטעלונג פֿון דער ליבעראַלער אינטערנאַציאָנאַלער מעדיאַ, און דער אַקיטאָר דזשאָן ווויט האָט גערעדט פֿאַרן עולם בעת אַ פּראָ־ישׂראלדיקער מאַניפֿעסטאַציע אין לאַס־וועגאַס.