וואַשינגטאָן קריטיקירט ערדאָגאַנס קאָמענטאַרן וועגן ישׂראל

Washington Raps Erdogan for Israel Comments

דער טערקישער פּרעמיער רעצעפּ טאַיִפּ ערדאָגאַן
דער טערקישער פּרעמיער רעצעפּ טאַיִפּ ערדאָגאַן

פֿון ייִט״אַ

Published August 07, 2014, issue of August 29, 2014.

וואַשינגטאָן. — פֿיר מיטגלידער פֿונעם אַמעריקאַנער רעפּרעזענטאַנטן־הויז, וועלכע פֿאַרנעמען זיך מיט די טערקיש־אַמעריקאַנער באַציִונגען, האָבן גערופֿן דעם טערקישן פּרעמיער רעצעפּ טאַיִפּ ערדאָגאַן „אָפּצושוואַכן‟ זײַן העציקע רעטאָריק קעגן ישׂראל.

„אײַערע קאָמענטאַרן, וואָס דער אַמעריקאַנער מלוכה־דעפּאַרטאַמענט האָט שוין פֿריִער פֿאַרדאַמט ווי ׳באַליידיקנדיק׳, מאַכן אַלץ שווערער און שווערער צו רעדן וועגן טערקײַ אויף אַ פּאָזיטיוון אופֿן, ווען מיר פֿירן פֿאַרהאַנדלונגען מיט אונדזערע קאָלעגעס,‟ איז געשטאַנען אינעם בריוו פֿונעם 29סטן יולי, אָנגעשריבן פֿון די פֿיר מיט־פֿאָרזיצער פֿונעם „קאָנגרעס־קאָמיטעט פֿון אַמערקיאַנער־טערקישע באַציִונגען‟.

הגם דער בריוו איז געווען אַ פּריוואַטער, האָט איינער פֿון די פֿאָרזיצער, רעפּ׳ סטיוו כּהן (דעמאָקראַט, טענעסי) אים געוויזן דער ייִט״אַ, נאָך דעם ווי ערדאָגאַן האָט דערמאָנט דעם בריוו בעת זײַנע רעדעס אין טערקײַ. כּהן שטאַמט פֿון אַ טערקיש־ייִדישער משפּחה.

דער בריוו האָט זיך פֿאַררופֿן אויף ערדאָגאַנס באַמערקונג, אַז די ישׂראלדיקע אַקציעס אין עזה בעת דעם לעצטן קאָנפֿליקט מיט „כאַמאַס‟ „שטײַגט איבער‟ דאָס, וואָס היטלער האָט געטאָן מיט די ייִדן. „אַזוינע קאָמענטאַרן טוען גאָרנישט אָפּצושטעלן די בלוט־פֿאַרגיסונג,‟ איז געשטאַנען אינעם בריוו. „ס׳קאָן, פֿאַרקערט, אָנצינדן נאָך מער שׂינאה.‟

רעדנדיק אויף אַ מאַניפֿעסטאַציע אין איסטאַנבול זונטיק, האָט ערדאָגאַן, דערמאָנענדיק דעם בריוו, דערקלערט: „זיי מיינען, אַז זיי באַדראָען מיך. זיי וועלן פֿון מיר באַקומען דעם זעלבן ענטפֿער,‟ האָט איבערגעגעבן די טערקישע טאָג־צײַטונג, „זאַמאַן‟.

ס׳איז נישט געווען קלאָר פֿונעם „זאַמאַן‟־אַרטיקל וואָס פּינקטלעך האָט ערדאָגאַן געמיינט מיט דעם זאָג, אָבער מסתּמא האָט עס געהאַט אַ שײַכות מיט דער ווענדונג לעצטנס פֿונעם „אַמעריקאַנער ייִדישן קאָנגרעס‟ צו ערדאָגאַן, אַז ער זאָל אומקערן די פּרעמיע, וואָס די אָרגאַניזאַציע האָט אים געגעבן אין 2004.