געווער־האַנדל מיט ישׂראל ווערט באַגרענעצט

Stiffening Missile Sales to Israel

ווינסענט קייבל, דער בריטישער סעקרעטאַר פֿאַר געשעפֿט־ענינים
Getty Images
ווינסענט קייבל, דער בריטישער סעקרעטאַר פֿאַר געשעפֿט־ענינים

פֿון ייִט״אַ

Published August 14, 2014, issue of September 12, 2014.

די רעגירונג פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן פֿירט אײַן אַ שטרענגערן קאָנטראָל איבערן מיליטערישן האַנדל מיט ישׂראל, אין שײַכות מיטן קאָנפֿליקט אין עזה. דער „וואָל־סטריט זשורנאַל‟ האָט דערציילט וועגן די סיבות פֿונעם דאָזיקן באַשלוס און דערקלערט די פּרטים.

דעם 20סטן יולי, מיט עטלעכע טעג נאָכן אָנהייב פֿון דער יבשה־אָפּעראַציע אינעם עזה־פּאַס, האָט ישׂראל געבעטן בײַם „פּענטאַגאָן‟ צו באַזאָרגן צה״ל מיט נײַער אַמוניציע. דער „פּענטאַגאָן‟ האָט נישט געפֿרעגט קיין דערלויבעניש בײַם „ווײַסן הויז‟, און האָט מסכּים געווען דאָס צו טאָן.

דער אַמעריקאַנער שוץ־דעפּאַרטאַמענט האָט דערקלערט, אַז ביידע צדדים האָבן נישט געבראָכן קיין אָנגענומענע כּללים. די פֿאָרשטייער פֿונעם „ווײַסן הויז‟ האָבן אָבער באַטאָנט, אַז זיי זענען געווען אומצופֿרידן מיט אַזאַ האַנדל. אין דער זעלבער צײַט, ווען די ישׂראלדיקע מלוכישע אינסטאַנצן האָבן זיך געבעטן צו שיקן די אַמוניציע, האָט די אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע געפֿאָדערט פֿון ישׂראל אײַנצוהאַלטן די מיליטערישע אָפּעראַציע אין עזה. מיט עטלעכע טעג שפּעטער, דעם 25טן יולי, האָט ישׂראל אָפּגעוואָרן דעם שטילשטאַנד־פּלאַן, וועלכן עס האָט פֿאָרגעלייגט דזשאָן קערי, דער אַמעריקאַנער מלוכה־סעקרעטאַר.

צוליב דעם, האָט די אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע אָפּגעשטעלט דעם פּלאַן צו באַזאָרגן ישׂראל מיט נײַע ראַקעטן און באַשלאָסן, אַז דאָס „ווײַסע הויז‟ וועט באַטראַכטן אַלע ווײַטערדיקע געווער־בקשות מצד ישׂראל און באַשליסן אין יעדן פֿאַל, צי דער אַמעריקאַנער שוץ־דעפּאַרטאַמענט מעג זיי אויספֿירן.

די בריטישע רעגירונג האָט די וואָך אויך באַטאָנט, אַז אויב ישׂראל וועט ממשיך זײַן די מלחמה אין עזה נאָכן איצטיקן צײַטווײַליקן שטילשטאַנד, וועט זי נישט דערלויבן צו פֿאַרקויפֿן דאָס געווער דער ישׂראלדיקער אַרמיי. לויטן בריטישן סעקרעטאַר פֿאַר געשעפֿט־ענינים, ווינסענט קייבל, וועט מען אָפּשאַפֿן 12 דערלויבענישן צו עקספּאָרטירן געווער און אַמוניציע פֿון ענגלאַנד קיין ישׂראל, אַרײַנגערעכנט ראַדאַר־אויסשטאַטונג און עראָפּלאַנען. כּל־זמן די מלחמה גייט אָן ווײַטער, וועט מען אויך נישט געבן קיין נײַע דערלויבענישן.

קייבל האָט דערקלערט, אַז זײַן רעגירונג איז צופֿרידן מיט דעם, וואָס אויפֿן איצטיקן מאָמענט האָט מען דערגרייכן אַ שטילשטאַנד צווישן ישׂראל און „כאַמאַס‟, און האָפֿט, אַז באַלד וועט מען אָפּשטעלן דעם קאָנפֿליקט אינגאַנצן. דערווײַל אָבער איז נישט קלאָר, האָט ער צוגעגעבן, צי די מלחמה האָט זיך טאַקע פֿאַרענדיקט; ערשט דעמאָלט וועט מען קאָנען פֿירן ווײַטער דעם וואָפֿן־פֿאַרקויף.