סתּיו שאַפֿיר — די יונגע כּנסת־שרײַערין

In Knesset, Stav Shaffir Follows the Money

סתּיו שאַפֿיר טרעט אויף מיט קריטיק בעת אַ זיצונג פֿונעם פֿינאַנציעלן קאָמיטעט אין ירושלים
Noam Revkin Fenton/Flash90
סתּיו שאַפֿיר טרעט אויף מיט קריטיק בעת אַ זיצונג פֿונעם פֿינאַנציעלן קאָמיטעט אין ירושלים

פֿון בען סיילז (ייִט״אַ)

Published October 22, 2014, issue of November 07, 2014.

אַ יונגע פֿרוי אין די צוואָנציקער דערציילט, אַז ס׳איז שווער פֿאַר איר צו אַרבעטן אין אַן אָרט, וווּ ס׳רובֿ קאָלעגן זענען עלטערע לײַט. ווען סתּיו שאַפֿיר איז געקומען צו כאַפּן מיט מיר אַ שמועס אין אַ קאַפֿעטעריע, האָט זי זיך פֿאַרשפּעטיקט אויף עטלעכע מינוט. בעת אונדזער שמועס, האָט זי כּסדר געקוקט אויף איר טעלעפֿאָן און געטענהט וועגן די הויכע פּרײַזן פֿון דירה־געלט אין ישׂראל און וועגן דער קורצזיכטיקייט פֿון דער ישׂראלדיקער רעגירונג.

דאָס אָרט, וווּ שאַפֿיר פֿילט זיך צומאָל אומבאַקוועם, איז די סכּנת; די 29־יאָריקער פֿרוי איז די ייִנגסטע דעפּוטאַטקע אין דער געשיכטע פֿון מדינת־ישׂראל. זי האָט דערקלערט, אַז די פּאָליטיק שרעקט אָפּ די יונגע־לײַט פֿון איר עלטער, ווײַל זיי גלייבן, אַז אַלע פּאָליטיקער זענען פֿאַרדאָרבן. שפּעטער האָט זי, אָבער, געמאַכט דעם אויספֿיר, אַז די קאָרומפּירטע סיסטעם האַלט דעם יונגן דור בכּיוון אָפּ ווײַט פֿונעם באַשעפֿטיקן זיך אין די פּאָליטישע פּראָצעסן, און באַשלאָסן צו ווערן אַליין אַ מיטגלידערין פֿונעם פּאַרלאַמענט.

אינעם יאָר 2011, האָט שאַפֿיר, אַ זשורנאַליסטקע און אַן אַקטיוויסטקע, געשפּילט אַ מערקווירדיקע ראָלע אין די פּראָטעסטן פֿאַרן סאָציאַלן יושר. הונדערטער טויזנט ישׂראלים זענען דעמאָלט אַרויסגעגאַנגען אויף די גאַסן, פֿאָדערנדיק אַראָפּצוברענגען די פּרײַזן און צו פֿאַרברייטערן די נעץ פֿון סאָציאַלער פֿאַרזיכערונג. דאָס פֿאַרגאַנגענע יאָר, ווען זי איז אַרײַן אין דער כּנסת, האָט זי אין גיכן באַקומען אַ רעפּוטאַציע פֿון אַ שאַרפֿער קעמפֿערין קעגן די צווייפֿלהאַפֿטיקע געלט־מאַכינאַציעס פֿון דער רעגירונג.

דעם 6טן אָקטאָבער, האָט מען זי געצוווּנגען צו פֿאַרלאָזן אַ זיצונג פֿונעם פֿינאַנציעלן קאָמיטעט. ווען מע האָט זי אַרויסגעפֿירט פֿונעם זאַל, האָט זיך געשריגן אויפֿן פֿאָרזיצער פֿונעם קאָמיטעט, ניסן סלאָמיאַנסקי, באַשולדיקנדיק אים אינעם פֿירן געלט־אָפּעראַציעס אָן אַ פֿולער דערלויבעניש פֿונעם פּאַרלאַמענט. שוין צום צווייטן מאָל הײַיאָר האָט סלאָמיאַנסקי זי אַרויסגעוואָרפֿן פֿון די זיצונגען, וווּ זי, זײַענדיק אַ פֿאָרשטייערין פֿון דער פּאַרטיי „עבֿודה‟, דינט אויך ווי אַ מיטגלידערין.

שאַפֿירס וועבזײַטל אויפֿן „פֿייסבוק‟ איז אויך פֿול מיט שאַרפֿער פּאָלעמיק קעגן די פֿינאַנציעלע באַשלוסן און בודזשעט־פּראָצעדורן פֿון דער ישׂראלדיקער רעגירונג. אַ סך אירע אינטערנעץ־דיסקוסיעס זענען באַגלייט מיט אירע פֿאָטאָגראַפֿיעס, פֿאַרעפֿנטלעכט אין פֿאַרשיידענע צײַטונגען. נישט אַלע אירע שטיצער זענען צופֿרידן מיט אַזאַ טעאַטראַלן עפּאַטאַזש; אַ טייל פֿון זיי האָבן מורא, אַז איר סקאַנדאַל־רעפּוטאַציע קאָן ברענגען מער היזק, ווי טובֿות. בועז טאָפּאָראָווסקי, אַן אַנדער יונגער חבֿר־כּנסת פֿון דער צענטריסטישער פּאַרטיי „יש עתיד‟, האָט געטענהט, אַז הגם שאַפֿיר שטעלט וויכטיקע קשיות, זענען אירע אויפֿטריטן אויס צו שעדלעך.

די יונגע דעפּוטאַטקע איז געבוירן געוואָרן אין נתניה און געדינט במשך פֿון אַ יאָר פֿאַרן אַרמיי־דינסט אין דער געזעלשאַפֿט פֿון סבֿיבֿה־פֿאַרהיטונג. נאָך דער אַרמיי, האָט זי זיך באַטייליקט אין אַ פּראָגראַם פֿון ישׂראל־פּאַלעסטינער שטודיעס בײַם לאָנדאָנער שטאָט־אוניווערסיטעט. אין 2011 האָט זי אָנגעהויבן שרײַבן רעפּאָרטאַזשן וועגן אירע נסיעות איבער די ישׂראלדיקע שטעט און אייראָפּע. ווען זי האָט זיך באַטייליקט אין די פּראָטעסטן, האָט זי אין גיכן קונה־שם געווען ווי אַ פּאָליטישע אַקטיוויסטקע.

ווי אַ פּאָליטישע טוערין, האָפֿט זי נישט בלויז אײַנצופֿירן נײַע געזעץ־פּראָיעקטן, נאָר צו בײַטן די גאַנצע סיסטעם פֿון מלוכישע פֿינאַנציעלע מעכאַניזמען. איר עיקר־טענה קעגן סלאָמיאַנסקי, וועלכער רעפּרעזענטירט די רעכטע פּאַרטיי „הבית היהודי‟, באַשטייט אין דעם, וואָס ווי דער ראָש פֿונעם פֿינאַנציעלן קאָמיטעט, שטיצט ער די ייִשובֿים אויפֿן חשבון פֿון דער אַלגעמיינער ישׂראלדיקער באַפֿעלקערונג.