פֿון פֿײַגנבלאַט צו ראַלף לאָרען

From Fig Leaf to Ralph Lauren

ראַלף לאָרען, אַ געוועזענער ישיבֿה־בחור מיטן נאָמען ליפֿשיץ, האָט געוויזן ווי אַזוי מע קאָן זיך אַרײַנפּאַסן, דורך אונדזער קליידונג, אין דער גוייִשער וועלט
Getty Images
ראַלף לאָרען, אַ געוועזענער ישיבֿה־בחור מיטן נאָמען ליפֿשיץ, האָט געוויזן ווי אַזוי מע קאָן זיך אַרײַנפּאַסן, דורך אונדזער קליידונג, אין דער גוייִשער וועלט

פֿון עליסאַ סטראַוס (Forward)

Published October 22, 2014, issue of November 07, 2014.

עס זענען דאָ פֿאַרשידענע אופֿנים ווי אַזוי אַ מענטש קען זיך אויסדרוקן, אָבער פֿון זיי אַלע — ווערט דאָס אָנטועכץ פֿון אַ מענטש צום מערסטן אונטערגעשאַצט. מע זעט עס ווי אַ סימן פֿון באַרימערײַ און מאַטעריאַליזם, אַן אָבסעסיע פֿון לעמישקעס, וואָס פֿאָלגן נאָך די קאַפּיטאַליסטישע פֿאָדערונגען פֿון די מאָדע־זשורנאַלן.

אָבער בײַ אַ סך מענטשן, איז דער אופֿן ווי מע קליידט זיך אַ וויכטיקער טייל פֿון אַ מענטשנס אידענטיטעט. ווען מע פֿילט זיך באַקוועם אין די אייגענע מלבושים, פֿילט מען זיך באַקוועם מיט זיך אַליין.

ס׳איז אויך אַ וויכטיקער טייל פֿון דער ייִדישער קולטור־געשיכטע. גלײַך בײַם אָנהייב פֿון דער תּורה, דערוויסן זיך אָדם און חווה, אַז זיי זענען נאַקעט און פֿאַרדעקן זייערע אינטימע ערטער מיט פֿײַגנבלעטער. בײַ יוסף־הצדיק, איינע פֿון די רירנדיקסטע געשיכטעס פֿון חומש, שפּילן קליידער אַ הויפּט־ראָלע. תּמר טוט אויס אירע שוואַרצע אַלמנה־קליידער און פֿאַרשטעלט זיך ווי אַ זונה, כּדי צו פֿאַרפֿירן איר שווער, יהודה.

אין די אַלע מעשׂיות, זעט מען ווי די קליידער שילדערן אָפּ די אידענטיטעט פֿונעם מענטשן און בײַטן אַפֿילו זײַן גורל; ווײַט נישט קיין קלייניקייט…

ווען אַ ייִד פֿאַרלירט אַ נאָענטן מענטשן, צערײַסט ער אָפּ אַ טייל פֿון זײַן בגד. דער מינהג, קריעה, ווערט דערמאָנט אין חומש אַ סך מאָל, ווי, למשל, ווען יעקבֿ מיינט, אַז זײַן באַליבטער זון יוסף איז געשטאָרבן, און ווען דוד המלך הערט די ביטערע בשׂורות וועגן יונתן און שאול.

דער כּמעט מיסטישער גלויבן אינעם כּוח פֿון מלבושים קאָן אפֿשר זײַן אַן אומדירעקטע סיבה, פֿאַר וואָס אַזוי פֿיל ייִדן זענען געוואָרן שנײַדער און שוסטער. אינעם 20סטן יאָרהונדערט האָבן אַ סך ייִדישע אימיגראַנטן אין אַמעריקע געקראָגן אַרבעט אינעם „שמאַטע־געשעפֿט‟ — נישט בלויז ווײַל זייערע טאַטעס און זיידעס אין דער אַלטער היים זענען געווען שנײַדער, אָבער אויך ווײַל זיי האָבן געגלייבט, אַז יעדער איינער קען זיך „פֿאַרשענערן און פֿאַרבעסערן‟ דורך די קליידער, וואָס ער טוט אָן יעדן אינדערפֿרי.

צוויי גאָלדענע בײַשפּילן דערפֿון זענען דער קליידער־דיזײַנער ראַלף לאָרען — אַ ישיבֿה־בחור מיטן נאָמען ליפֿשיץ, וועלכער האָט זיך — און במילא אונדז אַלעמען — געוויזן אַ מיטל ווי זיך אַרײַנצופּאַסן צווישן די גויִשע פּני פֿון אַמעריקע, און לעווי סטראַוס, וואָס איז דורך זײַנע „דזשינס‟, נישט־וויסנדיק, געוואָרן אַ סימבאָל פֿונעם אַמעריקאַנער גלויבן אין די מעלות פֿון שווערער אַרבעט און עקשנותדיקן אינדיווידואַליזם.