אַ רוסישע שטודיע פֿאַרדאַמט פֿאַרן אומגעזונטן אויפֿמערק צו ייִדן

Russian Study Condemned for Singling Out Jews

ניקאָלײַ סוואַנידזע
ניקאָלײַ סוואַנידזע

פֿון ייִט״אַ

Published November 04, 2014, issue of November 21, 2014.

ניקאָלײַ סוואַנידזע, אַ מיטגליד פֿונעם רוסלענדישן „ראַט פֿאַר מענטשנרעכט‟ און אַ פּאָליטישער טוער, האָט שאַרף קריטיקירט אַן אינטערנעץ־באַריכט, לויט וועלכן כּמעט אַ פֿערטל פֿון די רײַכטע מיליאַרדערן אינעם לאַנד זענען ייִדן. דער „ראַט פֿאַר מענטשנרעכט‟ איז אַן אָפֿיציעלע אָרגאַניזאַציע, וואָס האָט אַ שײַכות צום קרעמל, אָבער האָט נישט קיין אויספֿיר־פֿולמאַכטן.

די פֿאַרגאַנגענע וואָך, האָט סוואַנידזע פֿאַרדאַמט די פּאָפּולערע רוסישע נײַעס־וועבזײַט „Lenta.ru‟, וווּ עס איז דערשינען אַן אַנאַליז פֿון דער הײַיאָריקע גבֿירים־ליסטע אינעם זשורנאַל „פֿאָרבס‟. די מחברים האָבן געפּרוּווט אויסצוקלאָרן די עטנישע און רעליגיעזע אָנגעהעריקייט פֿון די רײַכסטע מענטשן אינעם לאַנד.

לויט דעם אינטערנעץ־באַריכט, פֿאַרנעמען ייִדן 48 ערטער אין דער רשימה פֿון 200 גרעסטע גבֿירים, וואָס פֿאַרמאָגן, בסך־הכּל, אַ קאַפּיטאַל פֿון 122.3 מיליאַרד דאָלאַר. די אוקראַיִנער פֿאַרנעמען אין דער ליסטע, לויטן אַנאַליז, אויך אַן אומפּראָפּאָרציאָנעל גרויס אָרט.

די וועבזײַט „Slon.ru‟, אַ באַקאַנטער רוסישער קוואַל פֿון געשעפֿט־נײַעס, האָט איבערגעגעבן, אַז סוואַלינדזע האָט באַשולדיקט די מחברים פֿונעם באַריכט אין אַ „נאַציסטישן און ראַסיסטישן צוגאַנג‟.

יורי קאַנער, דער פּרעזידענט פֿונעם „רוסלענדישן ייִדישן קאָנגרעס‟, האָט אָבער פֿאַרטיידיקט דעם אַנאַליז און דערקלערט, אַז די מחברים האָבן דאָס רעכט צו באַשטעטיקן, וועלכע עטנישע גרופּעס ווײַזן אַרויס דעם גרעסטן געשעפֿט־דערפֿאָלג אינעם לאַנד. די באַפֿעלקערונג פֿון רוסלאַנד שטעלט מיט זיך פֿאָר נישט אַן איינאַרטיקע מאַסע, נאָר אַ קאָמפּליצירט געמיש פֿון פֿאַרשיידענע פֿעלקער און רעליגיעזע קאָנפֿעסיעס; ס׳איז כּדאַי, לויט קאַנערן, דורכצופֿירן אַזאַ אַנאַליז.

די פּראָבלעם באַשטייט אָבער, לויט קאַנערס מיינונג, אינעם צווייפֿלהאַפֿטיקן כאַראַקטער פֿון די חשבנות. הגם די ייִדישע באַפֿעלקערונג באַטרעפֿט בלויז אַ קליינעם פּראָצענט פֿון די רוסלענדישער בירגער, איז זי קאָנצענטרירט אין גרויסע שטעט. דערצו, זענען צווישן ייִדן פֿאַראַן אַ הויכע צאָל געבילדעטע מענטשן מיט אוניווערסיטעט־דיפּלאָמען. צוליב דעם, פֿאַרנעמען די ייִדן אַן אומגעוויינטלעך מערקווירדיק אָרט צווישן די דערפֿאָלגרײַכסטע יחידים. לויט קאַנער, האָבן די מחברים פֿונעם באַריכט דערצו אָנגעגעבן נישט ריכטיקע ציפֿערן וועגן דער אַלגעמיינער פּראָפּאָרץ פֿון ייִדן אינעם לאַנד.

צווישן די ייִדישע נעמען, וואָס ווערן דערמאָנט אינעם באַריכט, זענען מיכאַיִל פֿרידמאַן, מיט זײַן קאַפּיטאַל פֿון 17.6 מיליאַרד דאָלאַר; וויקטאָר וועקסעלבערג, וואָס פֿאַרמאָגט 17.2 מיליאַרד; און לעאָניד מיכעלסאָן, מיט זײַנע 13.8 מיליאַרד. אַלע דרײַ מיליאַרדערן דערקלערן זיך אָבער נישט ווי ייִדן, ווי עס האָבן באַמערקט די מחברים פֿונעם קריטיקירטן אַנאַליז.