פֿראַנצייזישער מיניסטער דריקט אויס ליבשאַפֿט צו ייִדן

French Interior Minister Speaks of Love for Jews

דער פֿראַנצייזישער אינערן־מיניסטער, בערנאַר קאַזנעוו
דער פֿראַנצייזישער אינערן־מיניסטער, בערנאַר קאַזנעוו

פֿון ייִט״אַ

Published November 23, 2014, issue of December 19, 2014.

דער פֿראַנצייזישער אינערן־מיניסטער, בערנאַר קאַזנעוו, האָט געזאָגט, אַז ער האָט ליב די פֿראַנצייזישע ייִדן.

מיטוואָך, דעם 19טן נאָוועמבער, איז ער אויפֿגעטראָפֿן מיט די דאָזיקע ווערטער, אומגעוויינטלעך פֿאַר אַ פֿראַנצייזישן פּאָליטיקער, בעת אַ גאַלאַ־קאָנצערט אין פּאַריז, אָרגאַניזירט דורך דער ייִדישער ראַדיאָ־סטאַנציע Radio J, אינעם „האָטעל מאַריאָט שאַמס-עליזיי‟.

„איך פֿיל זיך נעענטער צו אײַך, ווי איר ווייסט, זייער נאָענט. און אויך אין מײַן האַרץ, צוליב פֿאַרבינדונגען פֿון ליבשאַפֿט, פֿרײַנדשאַפֿט און געפֿיל, ווי אויך — און דאָס איז באַזונדערס וויכטיק פֿאַר מיר — דורכן גײַסט און דורך אַ גרויסער אָפּשאַצונג‟. אַזוי האָט דער מיניסטער, אַ סאָציאַליסטישער נישט־ייִדישער פּאָליטיקער, אויסגעדריקט זײַנע וואַרעמע באַציִונג צו ייִדן.

קאַזנעוו האָט אויך ציטירט דעם פֿראַנצויזיש־ייִדישן פֿילאָסאָף וולאַדימיר יאַנקעלעוויטש, און באַמערקט: „ער האָט געהאַט אַ גרויסע השפּעה אויף מײַן אופֿן פֿון טראַכטן וועגן די וויכטיקסטע פֿילאָסאָפֿישע פֿראַגן.‟

אין 2011 האָט דער פֿראַנצייזישער פּרעמיער מאַנועל וואַלס געזאָגט, אַז זײַן חתונה האָבן מיט דער ייִדישער פֿידל־שפּילערין אַנע גראַוווּאַן האָט אים פֿאַרבונדן „אויף אייביק‟ מיט ישׂראל און מיטן ייִדישן פֿאָלק. ער האָט אויך געזאָגט, אַז „אַנטי־ציוניזם איז אַ פֿאַרבעטונג אַרײַנצולאָזן אַנטיסעמיטיזם.‟

אויפֿן בענעפֿיט, האָט קאַזנעוו איבערגעגעבן זײַנע זכרונות פֿון לעקציעס וואָס ער האָט געהערט וועגן דער ייִדישער אמונה אין דער שיל אויף דער קאָפּערניק־גאַס אין פּאַריז, וווּ פֿיר מענטשן זענען דערהרגעט געוואָרן אין אַ טעראָריסטישן אַטאַק אין 1980.

דעם פֿאַרגאַנגענעם אַפּריל האָט דער 51־יאָריקער קאַזנעוו פֿאַרנומען וואַלס׳ פּאָזיציע, נאָך דעם ווי וואַלס איז דערוויילט געוואָרן דער פּרעמיער פֿון לאַנד.

די „קאָנפֿערענץ פֿון אייראָפּעיִשע רבנים‟ האָט מאָנטיק געמאָלדן, אַז זי וועט הײַיאָר באַלוינען וואַלס מיט דער „פּרעמיע פֿון אייראָפּעיִשן ייִדנטום אויפֿן נאָמען פֿון לאָרד יאַקאָבאָוויץ‟ צוליב זײַן „הויך־געשאַצטן קוראַזש אינעם קאַמף קעגן אַנטיסעמיטיזם‟.