נײַעס פֿון וואַרשע

News From Warsaw

וולאַדיסלאַוו שפּילמאַן
וולאַדיסלאַוו שפּילמאַן

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published November 25, 2014, issue of December 05, 2014.

איז דער פּיאַניסט וולאַדיסלאַוו שפּילמאַן געווען אַ קאָלאַבאָראַטאָר?

אין אַמעריקע איז די צווייטע וועלט-מלחמה אַ טייל פֿונעם ווײַטן עבֿר. מיט דער צווייטער וועלט-מלחמה פֿאַרנעמען זיך בלויז די היסטאָריקער.

אין פּוילן איז די צווייטע וועלט-מלחמה אָבער נאָך אַלץ אַ טאָג־טעגלעכע עפֿנטלעכע טעמע. אַ סך משפּחות שטאָלצירן זיך מיט די העלדישע טאַטן פֿון זייערע משפּחות, אָדער פֿאַרקערט, פּראָבירן צו באַהאַלטן פֿינצטערע קאַפּיטלען פון זייער משפּחה-געשיכטע בשעת דעם קריג.

זשורנאַליסטן און שרײַבער קומען אַרויס כּסדר מיט אַרטיקלען און ביכער וועגן דער צווייטער וועלט-מלחמה. אַגאַטאַ טושינסקאַ איז איינע פֿון זיי. טושינסקאַ האָט געשריבן א בוך וועגן וועראַ גראַן מיטן טיטל OSKARZONA — דהיינו, „באַשולדיקט‟.

וועראַ גראַן, וואָס האָט אין דער אמתן געהייסן וועראָניקאַ גרינבערג, איז געווען אַ פּויליש־ייִדישע זינגערין פֿאַר און נאָך דער צווייטער וועלט-מלחמה. זי האָט געזונגען מיט גרויס דערפֿאָלג, דער עיקר — אויף פּויליש. אינעם פֿילם „אָן אַ היים‟, דער לעצטער ייִדישער פֿילם געמאַכט אין פּוילן פֿאַר דער מלחמה, אין יאָר 1939, מיט די אומפֿאַרגעסלעכע דזשיגאַן און שומאַכער — האָט זי געזונגען אויף ייִדיש.

בשעת דער מלחמה האָט וועראַ גראַן געזונגען אינעם נאַכט-לאָקאַל „שטוקאַ‟ אין וואַרשעווער געטאָ. איר באַגלייטער אויף דער פּיאַנע איז געווען וולאַדיסלאַוו שפּילמאַן. וועראַ גראַן איז אַנטלאָפֿן פֿון געטאָ און האָט זיך באַהאַלטן אויף דער אַרישער זײַט ביז דער באַפֿרײַונג. ווי מיר ווייסן, אויך אַ דאַנק פּאָלאַנסקיס פֿילם „דער פּיאַניסט‟, איז וולאַדיסלאַוו שפּילמאַן אויך אַ לעבן־געבליבענער. אַ ייִדישער פּאָליציסט האָט אים געראַטעוועט אין דער לעצטער מינוט, ממש אויפֿן אומשלאַגפּלאַץ, איידער מען האָט אים געשיקט צום טויטלאַגער טרעבלינקע.

נאָך דער מלחמה אָבער, איז דער גורל פֿון די צוויי קינסטלער געווען אין גאַנצן אַנדערש. שפּילמאַן איז געווען א פּאָפּולערער פּיאַניסט אין פּוילישן ראַדיאָ און האָט געשריבן אַן אויטאָביאָגראַפֿיש בוך. ראָמאַן פּאָלאַנסקי האָט געמאַכט זיין פֿילם „דער פּיאַניסט‟ אויפֿן סמך פון אָט דעם בוך.

גראַן האָט מען אָבער באַשולדיקט, אַז זי איז געווען אַ קאָלאַבאָראַנטקע, וואָס איז געבליבן בײַם לעבן צוליב אירע גוטע קאָנטאַקטן מיט דער געסטאַפּאָ. צווישן אנדערע האָבן זי באַשולדיקט יאָנאַש טורקאָוו, אַדאָלף בערמאַן און פּסחקע בורשטיין.

דאָ זעט מען אָבער ווי שווער עס איז פֿעסטצושטעלן, צי די באַשולדיקונגען האָבן טאַקע „הענט און פֿיס‟. פּסחקע בורשטײן, דער באַרימטער ייִדישער אַקטיאָר, איז בכלל נישט געווען אין פּוילן בשעת דער מלחמה און במילא האָט נישט געזען מיט די אייגענע אויגן וואָס ס׳איז פֿאָרגעקומען אין וואַרשעווער געטאָ.