הונדערטער אוקראַיִנער ייִדן באַקומען שפּײַז אין לוגאַנסק

Hundreds of Ukrainian Jews Receive Food in Lugansk

ייִדישע פּליטים פֿון לוגאַנסק קומען אָן אין אַ פּליטים־לאַגער אין זשיטאָמיר דעם פֿאַרגאַנגענעם יולי. זינט דעמאָלט האָבן אַ טייל פֿון זיי זיך שוין אומגעקערט קיין לוגאַנסק.
Chabad.org
ייִדישע פּליטים פֿון לוגאַנסק קומען אָן אין אַ פּליטים־לאַגער אין זשיטאָמיר דעם פֿאַרגאַנגענעם יולי. זינט דעמאָלט האָבן אַ טייל פֿון זיי זיך שוין אומגעקערט קיין לוגאַנסק.

פֿון ייִט״אַ

Published December 07, 2014, issue of January 02, 2015.

דנעפּראָפּעטראָווסק, אוקראַיִנע. — עטלעכע הונדערט ייִדן זענען אַרויסגעקומען אין די גרויסע פֿרעסט די וואָך, כּדי צו באַקומען שפּײַזפּעקלעך פֿאַר זייערע משפּחות אין דער באַלאַגערטער שטאָט לוגאַנסק.

בערך 300 מענטשן זענען געשטאַנען מער ווי אַ שעה לאַנג פֿאַר דער לוגאַנסקער שיל, וואַרנטנדיק אויף די פּעקלעך, האָט איבערגעגעבן דער אָרטיקער רבֿ און חב״ד־שליח, שלום גראָפּין.

„דער פֿאַקט וואָס אַזוי פֿיל ייִדן זענען געקומען צו אונדז, נישט געקוקט אויף דער ביטערער קעלט, איז אַ סימן פֿון די שטײַגנדיקע באַדערפֿענישן בײַ די ייִדן דאָ,‟ האָט גאָפּין געזאָגט דער ייִט״אַ. ס׳רובֿ פֿון זיי האָבן נישט קיין מיטלען ווי צו פֿאַרדינען, ווײַל ס׳איז דאָ ממש אַ מלחמה־זאָנע, מיט בלויז טייל־צײַטיקער עלעקטריע.‟

לוגאַנסק, וווּ עס וווינען בערך 2,000 ייִדן, געפֿינט זיך איצט אונטערן קאָנטראָל פֿון די פּראָ־רוסישע מיליטאַנטן, וועלכע קעמפֿן קעגן די סאָלדאַטן פֿון דער אוקראַיִנער רעגירונג. זינט מאַרץ זענען הונדערטער קעמפֿער און ציווילע לײַט שוין אומגעקומען אין די קאַמפֿן. לויט די נײַעס־באַריכטן, האָבן די מיליטאַנטן לעצטנס מסכּים געווען אויף אַ פֿײַער־איבעררײַס, אָבער דערווײַל שלאָגט מען זיך ווײַטער.

„דאָס איז געווען דאָס ערשטע מאָל, וואָס איך האָב געזען ווי מענטשן קריגן זיך און שטופּן זיך אויף די רייען, וואַרטנדיק אויף די שפּײַזפּעקלעך,‟ האָט גאָפּין געזאָגט. „עס ווײַזט דעם ייִאוש בײַ די ייִדן דאָ.‟

די שפּײַזפּעקלעך זענען געקומען דורך פֿאָנדן פֿון דער „אינטערנאַציאָנאַלער ברודערשאַפֿט פֿון קריסטן און ייִדן‟.

במשך פֿון די קאַמפֿן, פֿונקציאָנירט די שיל ווײַטער, אָבער זינט דער ווינטער איז אָנגעקומען, זענען עטלעכע פֿון די קהילה־וואָלונטירן קראַנק געוואָרן, און דערפֿאַר איז שווערער געוואָרן צו אָרגאַניזירן דאָס אויסטיילן עסן.

פֿון דעסטוועגן, האָבן אַ טייל ייִדן זיך לעצטנס אומגעקערט קיין לוגאַנסק, נאָכן אַנטלאָפֿן צו די פּליטים־לאַגערן אין יולי. „ס׳איז זיי שוין נימאס געוואָרן צו לעבן ווי פּליטים, האָבן זיי באַשלאָסן צו ריזיקירן, און אַהיימקומען,‟ האָט גאָפּין דערקלערט.

ס׳רובֿ פֿון די הײַזער אין לוגאַנסק זענען לעצטנס ווידער פֿאַרבונדן געוואָרן מיט דער עלעקטראָ־סטאַנציע, אָבער די שיל האָט נאָך אַלץ נישט קיין עלעקרטיע אָדער באַהייצונג, אַחוץ דער באַהייצונג וואָס זי באַקומט פֿון אַ גענעראַטאָר.