ייִדישע אָרגאַניזאַציעס פֿיגורירן אין דזשאָון ריווערס׳ צוואָה

Joan Rivers Remembers Jewish Groups in Will

דזשאָון ריווערס
Getty Images
דזשאָון ריווערס

פֿון ייִט״אַ

Published December 14, 2014, issue of January 02, 2015.

די אַמעריקאַנער קאָמעדיאַנטקע און אַקטריסע דזשאָון ריווערס האָט אין איר צוואָה אָפּגעשריבן געלט לטובֿת אַ צאָל ייִדישע חסד־אָרגאַניזאַציעס, צו וועלכע זי האָט געהאַט אַ שײַכות.

נאָך איר טויט מיט דרײַ חדשים צוריק, האָט ריווערס איבערגעלאָזט אַ גרויסן קאַפּיטאַל פֿון בערך 150 מיליאָן דאָלאַר. צווישן די אָרגאַניזאַציעס, וואָס האָבן באַקומען אַ טייל פֿונעם געלט, זענען „די ייִדישע גילדיע פֿאַר בלינדע‟, „די ייִדישע היים־ און שפּיטאָל־פֿונדאַציע‟ און דער „צענטער אויפֿן נאָמען פֿון שמעון וויזענטאַל‟ אין לאָס־אַנדזשעלעס. מיטוואָך, דעם 10טן דעצעמבער, האָט די צײַטונג „ניו־יאָרק טײַמס‟ איבערגעגעבן, אויפֿן סמך פֿון די געריכט־דאָקומענטן, אַז די סומעס פֿון נדבֿות זענען דערווײַל אומבאַקאַנט, ווײַל זיי קומען פֿון אַ קאָנפֿידענציעלן פֿאָנד.

מעליסאַ ריווערס, די יורשטע פֿון דער פֿאַרשטאָרבענער קאָמעדיאַנטקע, וועלכע פֿירט אויס די באַשלוסן אין דער צוואָה, האָט באַקומען דאָס גאַנצע פּריוואַטע אייגנטום פֿון איר מאַמען. מע גיט איבער, אַז אירע פֿיר הינט האָט געירשנט די אַסיסטענטקע, דזשאָסעלין פּיקעט.

ריווערס איז געשטאָרבן דעם 4טן סעפּטעמבער בײַ 81 יאָר אינעם מאַנהעטענער שפּיטאָל „מאָונט סײַנײַ‟. איר האַרץ האָט זיך אָפּגעשטעלט בעת אַן אָפּעראַציע אויפֿן האַלדז אין אַ קליניק. מיט אַ וואָך פֿריִער, האָבן די דאָקטוירים אינעם שפּיטאָל זי קינסטלעך אַרײַנגעפֿירט אין אַ קאָמע, אָבער זיי האָט זיך נישט אײַנגעגעבן זי צו ראַטעווען.

די טאָכטער קלײַבט זיך אָנצוקלאָגן אין געריכט די כירורגן פֿון דער ענדאָסקאָפּישער קליניק פֿון יאָרקוויל, וואָס געפֿינט זיך אינעם צפֿון־מיזרחדיקן טייל פֿון מאַנהעטן. זי טענהט, אַז די דאָקטוירים האָבן גורם געווען דעם טויט צוליב אַ נישט־ריכטיקער פּראָצעדור בעת דער אָפּעראַציע.