JDL ווערט אויפֿגעלעבט אין מאָנטרעאָל

JDL Revived in Montreal

אַ צדקה־פּושקע מיטן כּהניסטישן פֿויסט־סימבאָל אין טאָראָנטאָ
Menachem Freedman
אַ צדקה־פּושקע מיטן כּהניסטישן פֿויסט־סימבאָל אין טאָראָנטאָ

פֿון ייִט״אַ

Published February 13, 2015, issue of March 06, 2015.

 במשך פֿון אַ לאַנגער צײַט, האָט די קאָנטראָווערסאַלע „ייִדישע שוץ־ליגע‟ (JDL) זיך געהאַלטן שטיל. לעצטנס, אָבער, האָט די דאָזיקע אָרגאַניזאַציע געמאָלדן, אַז די קומענדיקע וואָך וועט זי אָרגאַניזירן אַן אַקטיוון צווײַג אין מאָנטרעאָל, נישט געקוקט אויף דער קעגנערשאַפֿט מצד די אָרטיקע ייִדישע און מוסולמענישע גרופּעס.

הרבֿ ראובֿן פּופּקאָ פֿון דער קאַנאַדער אָפֿיציעלער ייִדישער פֿאַרטיידיקונג־אָרגאַניזאַציע „דער צענטער פֿאַר ישׂראלדיקע און ייִדישע ענינים‟ (CIJA), האָט איבערגעגעבן, אַז ייִדן אין מאָנטרעאָל לעבן רויִק און נייטיקן זיך נישט אין קיין אייגענע מיליטאַנטישע שוץ־גרופּעס. להיפּוך, האָט מאיר ווײַנשטיין, אַ פֿירער פֿון JDL אין טאָראָנטאָ, געמאָלדן, אַז דעם 16טן פֿעברואַר וועט ער שאַפֿן דעם צווייטן צווײַג פֿון דער אָרגאַניזאַציע לעבן מאָנטרעאָל, כּדי צו באַקעמפֿן דעם „ראַדיקאַלן איסלאַם‟.

ווײַנשטיין טראַכט, אַז די איסלאַמיסטן שטעלן מיט זיך פֿאָר אַן ערנסטע סכּנה אין קוועבעק. אַחוץ דעם, האָפֿט ער צו העלפֿן דער פּראָ־ישׂראלדיקער רעגירונג, בראָש מיט דער רעכטער „קאָנסערוואַטיווער פּאַרטיי‟, זיך אומצוקערן צו דער מאַכט נאָך די נאַציאָנאַלע וואַלן, וואָס מע פּלאַנירט דורכצופֿירן אינעם האַרבסט. דער 56־יאָריקער טוער האָט צוגעגעבן, אַז ער פּלאַנירט צו צעשיקן די מיטגלידער פֿון זײַן מיליץ, כּדי זיי זאָלן פֿירן „אַן אַגרעסיוון קאָנטראָל‟ איבער די ראַדיקאַלע מוסולמענישע גרופּעס און  „אַרײַנדרינגען‟ אין זיי, כּדי צו שפּיאָנירן.

אין אויגוסט, זענען אין מאָנטרעאָל געשען עטלעכע אַנטיסעמיטישע וואַנדאַליזם־אינצידענטן. צוליב דעם, האָט ווײַנשטיין באַשלאָסן אויפֿצולעבן די קאָנטראָווערסאַלע גרופּע, וועלכע האָט זיך אויסבאַהאַלטן במשך פֿון צענדליקער יאָרן. מע גיט איבער, אַז ער האָט צונויפֿגענומען בערך 50 מענטשן.

הרבֿ פּופּקאָ האָט באַטאָנט, אַז די קאַנאַדער פּאָליציי האָט מיט דערפֿאָלג באַהאַנדלט די אַנטיסעמיטישע אינצידענטן, און אַז JDL איז אַ „מאַרגינאַלע‟ און „נוצלאָזיקע‟ אָרגאַניזאַציע. אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, האָט די פֿעדעראַלע אויסשפּיר־אַגענטור, FBI, אַרײַנגעשריבן די „ליגע‟, אינעם יאָר 2001, אין דער ליסטע פֿון טעראָריסטישע גרופּעס, וואָס באַנוצן זיך מיט גוואַלד־מיטלען. די אָרגאַניזאַציע איז געגרינדעט געוואָרן דורכן קאָנטראָווערסאַלן עקסטרעם־רעכטן רבֿ מאיר כּהנא. אויף וויפֿל מע ווייסט, איז דער טאָראָנטער צווײַג, וואָס פֿאַרשפּרייט זיך איצט אין מאָנטרעאָל, דערווײַל נישט געווען פֿאַרמישט אין קיין גוואַלד־מעשׂים.