דאָס קעשענעווער טהרה־שטיבל וועט רעסטאַוורירט ווערן

Moldova City To Restore Jewish Landmark

דער נײַער טויער פֿונעם קעשענעווער בית־עולם; דאָס רויִנירטע טהרה־שטיבל; די מצבֿה פֿון הרבֿ לייב־יהודה צירעלסאָן
דער נײַער טויער פֿונעם קעשענעווער בית־עולם; דאָס רויִנירטע טהרה־שטיבל; די מצבֿה פֿון הרבֿ לייב־יהודה צירעלסאָן

פֿון ייִט״אַ

Published February 15, 2015, issue of March 06, 2015.

דער מעיאָר פֿון קעשענעוו, דאָרין קירטאָקע, האָט איבערגעגעבן, אַז זײַן אַדמיניסטראַציע וועט רעסטאַוורירן דעם היסטאָרישן טהרה־שטיבל אויפֿן אַלטן ייִדישן בית־עולם.

אין דער מאָלדאָווער הויפּטשטאָט געפֿינט זיך איינער פֿון די גרעסטע ייִדישע בתּי־קבֿרות אין אייראָפּע. דאָס טהרה־שטיבל פֿון דער אָרטיקער חבֿרה־קדישא, באַצירט מיט אַ קופּאָל, איז שטאַרק צעשעדיקט געוואָרן בעת דעם חורבן. הײַיאָר, מערקט מען אָפּ אין מאָלדאָווע 70 יאָר נאָכן נצחון איבער די נאַציס. דער מעיאָר האָט געזאָגט, אַז דער רעסטאַוורירטער בנין וועט דינען ווי אַ דענקמאָל די פֿאַרטיליקטע קעשענעווער ייִדן.

קירטאָקע האָט באַמערקט, אַז אין די אַנדערע שטעט האָט מען שוין פֿאַרראָכטן די אַלטע שילן און בית־עולמס. אויב די קעשענעווער ייִדישע קהילה איז מסכּים, וועט די שטאָטישע אַדמיניסטראַציע בהדרגה איבערבויען דאָס היסטאָרישע שטיבל. איצט זוכט די שטאָט די נייטיקע סומע געלט, כּדי צו פֿאַרווירקלעכן דעם פּראָיעקט.

דאָס היסטאָרישע טהרה־שטיבל איז אויפֿגעשטעלט געוואָרן אויפֿן „סקולענער בית־עולם‟ אין קעשענעוו, וווּ עס ליגן באַערדיקט בערך 25,000 ייִדן, אינעם 19טן יאָרהונדערט. פֿאַרן חורבן, האָט די ייִדישע באַפֿעלקערונג באַטראָפֿן אַ העלפֿט פֿון די 125,000 תּושבֿים אין דער שטאָט. נישט געקוקט אויף די בלוטיקע פּאָגראָמען, איז די קעשענעווער קהילה געבליבן ביז דער מלחמה איינע פֿון די וויכטיקסטע אין מיזרח־אייראָפּע.

די רומענישע נאַצי־סאָלדאַטן האָבן דעפּאָרטירט אין די טויט־לאַגערן בערך 300,000 ייִדן פֿונעם שטח, וווּ הײַנט געפֿינט זיך די מאָלדאָווער רעפּובליק. בעת די לופֿט־באָמבאַרדירונגען איז דאָס טהרה־שטיבל כּמעט אינגאַנצן צעשטערט געוואָרן. דער בית־עולם בלײַבט פֿאַרלאָזט אויף הפֿקר און איז באַוואַקסן מיט דיקער גראָז.

הײַנט וווינען אין מאָלדאָווע בערך 20,000 ייִדן. דאָס לאַנד איז איינס פֿון די אָרעמסטע אין אייראָפּע; אַ דורכשניטלעכער בירגער באַקומט אַ געהאַלט פֿון 250 דאָלאַר אַ חודש.