חורבן־פֿילם „אידאַ‟ געווינט „אָסקאַר‟

Holocaust Film "Ida" Wins Oscar

דער פֿילמאָגראַף, פּאַוועל פּאַווליקאָווסקי, נעמט אָן דעם „אָסקאַר‟ פֿאַרן בעסטן פֿילם אין אַן אויסלענדישער שפּראַך, פֿאַר זײַן פֿילם, „אידאַ‟, דעם 22סטן פֿעברואַר, אין לאָס־אַנדזשעלעס
Getty Images
דער פֿילמאָגראַף, פּאַוועל פּאַווליקאָווסקי, נעמט אָן דעם „אָסקאַר‟ פֿאַרן בעסטן פֿילם אין אַן אויסלענדישער שפּראַך, פֿאַר זײַן פֿילם, „אידאַ‟, דעם 22סטן פֿעברואַר, אין לאָס־אַנדזשעלעס

פֿון ייִט״אַ

Published February 24, 2015, issue of March 20, 2015.

„אידאַ‟, אַ פּוילישער פֿילם וועגן אַ מאָנאַשקע, וואָס דערוויסט זיך, אַז זי איז אַ קינד פֿון ייִדן, וועלכע זענען אומגעקומען אינעם חורבן, האָט געוווּנען דעם „אָסקאַר‟ פֿאַרן בעסטן פֿילם אין אַן אויסלענדישער שפּראַך.

דאָס איז דאָס ערשטע מאָל, וואָס אַ פּוילישער פֿילם האָט געוווּנען אַן „אָסקאַר‟.

דער שרײַבער און רעזשיסאָר, פּאַוועל פּאַווליקאָווסקי, האָט אָנגענומען דעם „אָסקאַר‟ אויף דער 87סטער צערעמאָניע פֿון די „אַקאַדעמיע־פּרעמיעס‟, זונטיק אָוונט אין לאָס־אַנדזשעלעס. שטייענדיק אויף דער בינע, האָט ער דערקלערט: „מיר האָבן געמאַכט אַ פֿילם וועגן שווײַגן, וועגן דער באַדערפֿעניש זיך צוריקצוציִען פֿון דער וועלט און צו מעדיטירן — און איצט שטייען מיר דווקא אינעם עפּיצענטער פֿון טומל און אויפֿמערק! פֿאַנטאַסטיש… די וועלט איז טאַקע פֿול מיט סורפּריזן.‟

פּאַווליקאָווסקי האָט געזאָגט, אַז דער פֿילם האָט אַ פּערזענלעכן באַטײַט פֿאַר אים גופֿא, ווײַל זײַן באָבע פֿונעם טאַטנס צד איז אומגעבראַכט געוואָרן אין אוישוויץ.

די דראַמע, וואָס איז פֿילמירט געוואָרן אין שוואַרץ און ווײַס, און קומט פֿאָר אין פּוילן אין 1962, האָט אַרויסגערופֿן לויב איבער דער גאַנצער וועלט און געוווּנען פֿיר פּוילישע אַקאַדעמיע־פּרעמיעס, הגם אין פּוילן איז עס קריטיקירט געוואָרן פֿאַר האָבן געשילדערט די קאָלאַבאָראַציע צווישן געוויסע פּאָליאַקן מיט די נאַציס. די „פּוילישע אַנטי־דעפֿאַמאַציע ליגע‟ האָט אַפֿילו גערופֿן דעם פֿילם „אַנטי־פּויליש‟. פּאַווליקאָווסקי האָט אָבער באַצייכנט יענע טענות ווי „אַ שטראָם פֿון שׂינאה מצד די עקסטרעם־רעכטע אין דער פּוילישער מעדיאַ‟.